Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
חורבן אייראפע אדער גזירות ת"ש-תש"ה (ענגליש: האלאקאסט - Holocaust, פון א גריכיש ווארט גענצליך פארברענט; העברעיִש: שואה, חורבן און פארטיליגונג) באדייט דעם חורבן פונעם אידישן לעבן אין אייראפע, סיסטעמאטישער מארד פון אומגעפער זעקס מיליאן אידן, און פארניכטונג פון טויזנטער אידישע קהילות ביי דעם צווייטן וועלט קריג. אויסגעפירט דורכן מערדער היטלער דער פירער פון נאצי דייטשלאנד און זיין רעגירונג, מיט די הילף פון אירע פארבינדעטע, אלס די אפיציעלע אגענדע פון דער נאצי פארטיי צו לעזן די "יודענפראגע" און פארוויסטן די וועלט פון יעדן איד.
חורבן אייראפע |
פריערדיגע עלעמענטן |
---|
נירנבערגער געזעצן · T-4 פראגראם · קאצעט |
אידן |
די נאצישע דייטשלאנד |
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם |
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע |
איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע פאנאר, אדעס |
ענדגילטיקע לײזונג וואנזע קאנפערענץ ריינהארד אקציע |
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק, טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו |
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק) |
סוף מלחמה: טויט מארשן בריחה· שארית הפליטה יידן |
אנדערע קרבנות |
פאראנטווארטליכע פארטייען |
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך · אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געשטאפא |
קאלאבאראציער |
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע |
ליסטעס |
ליסטע פון איבערגעבליבענע ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס |
רעסורסן |
הגם נאצי דייטשלאנד האט נאך מיליאנען מענטשן פון פארשידענע אנדערע קרייזן פארטיליגט, למשל די ציגיינער, איז אבער די אידן געווען מיט א סיסטעם, פון פונקטליכע ליסטעס און מאפעס, מיט נומערן און העכסט געהיימע פלענער, קודם דורך שיסן, און ווען די דייטשע סאלדאטן זענען געווארן דעמאראליזירט פון אזויפיל שיסערייען האט מען אויפגעשטעלט גאז קאמערן צו עלעמינירן דעם פראבלעם דורך פארשנעלערן און פארשטילערן דעם מאסן פארטיליגונג. אין דער היסטאריע פון די אידן האט מאן טאקע מער ווי איין מאל זיי גע׳רודפט, דאך איז חורבן אייראפע גאנץ באזונדער אין פארנעם, בפרט דער עטנישער מארד פון נישט נאר אידן, נאר אפילו וואס די רשעים האבן גערופן האלב-אידן, און אפילו ווען זיי האבן געשמד'ט. אין געוויסע צייטן האט מען פרובירט אויסמערדן די רויטע אינדיאנער, און די ארמענער, און פארשידענע שבטים אין אפריקע און אזיע, אבער אזא אכזריות יארן לאנג ווי די נאציס האבן אדורכגעפירט האט נישט קיין פארגלייכן.
דער חורבן האט פאסירט אין יעדן ארט וואו די דייטשע אינוואזיע איז צוגעקומען, כולל צפון אפריקע. די ציל פון די נאציס איז געווען פארטיליגן יעדן איד, לויט זייער דעפיניציע, אויך אזעלכע וואס זענען האלב־אידן (וואס לויט דער הלכה זענען נישט קיין אידן), און אויך די וואס האבן זיך גע׳שמד׳ט. אין אנהייב האבן זיי געשאסן די קרבנות אריין אין גרובן. ביסלעכווייז האבן זיי אויפגעשטעלט אן עקספלאטאציע אין טויטונג אדמיניסטראציע וואס האט איינגעשלאסן די געטאס, ארבעטס לאגערן און טויט לאגערן. אן אויסקום פון דער תקופה פונעם חורבן איז געווען די ליקווידאציע פון גאר א סאך קהילות וואס האבן עקזיסטירט און געבליט אין דער ברייט און דער לענג פון צענטראל- און מזרח-אייראפע. דער איינפלוס פונעם חורבן אויף די יידישע געמיינדעס אין אייראפע איז געווען קאטאסטראפיש. די נומערישע אויסראטונג פון די יידן, צוזאמען מיט דער פארטיליקונג פון די יידישע צענטערס פון גייסטליכקייט און קולטור אין דעם געשפרייט צווישן צענטראל-רוסלאנד און האלאנד און פראנקרייך אין מערב, און טריפאלי אין דרום, האט צעהאקט דעם המשך פון דער יידישער טראדיציע וואס איז געווארן וואס איז געוועבט געווארן דורכאויס הונדערטער הונדערטער יארן. נאך דער מלחמה איז אריבער דער צענטער פון יידיש לעבן פון אייראפע קיין ישראל און צפון אמעריקע.
כאטש וואס רדיפות אויף אן עטנישער באזע זענען נישט זעלטן אין דער היסטאריע פון דער מענטשהייט און אין דער יידישער היסטאריע, דאך ווערט די חורבן אייראפע גערעכנט אן אויסנאם סיי אין אירע דימענסיעס און פארנאם, סיי אין די פרעצעדענטישע סיסטעמען פון פארניכטונג און סיי אין דער גרונט־אידעאלאגיע, וואס איז געווען נישט רעליגיעזיש נאר ראסיסטיש־עטניש. פעלער פון מאסן רציחה אויף א נאציאנאליסטישן, ראסיסטישן אדער אידעאלאגישן גרונט האבן פאסירט אויך פריער פאר דער חורבן אייראפע - למשל דער טשערקאסער פעלקערמארד אינמיטן דעם 19טן יארהונדערט אדער דער ארמענישער פעלקערמארד ביי דער ערשטער וועלט מלחמה, און אויך נאכהער, בעיקר אין אפריקע און אין אזיע; אבער דאס האט קיינמאל נישט פאסירט מיט אזא ארגאניזירטער סיסטעם אזוי ווי נאצי דייטשלאנד האט עס אויסגעפירט.
ס׳איז ברייט אנגענומען צו רעכענען דעם אנהייב פון דער תקופה פון חורבן אייראפע אין 1933, ווען די נאציס האבן איבערגענומען די רעגירונג אין דייטשלאנד, וואס פון דעמאלסט אן האבן אנגעהויבן די רדיפות קעגן יידן אין דייטשלאנד. ס׳איז אויך פאראן א מער באגרענעצטע דעפיניציע, אז די חורבן אייראפע האט אנגעהויבן אין די טעג פון דער צווייטער וועלט מלחמה אין זומער 1939 נאך דער אינוואזיע פון פוילן און דער אנהייב פון פארטרייבן יידן אריין אין געטאס. דער חורבן איז אריין אין א נייער פאזע מיט דעם אנהייב פון די מאסן־רציחות נאך דער אינוואזיע פונעם סאוויעטן פארבאנד אין יוני 1941, וואס האט זיך געענדיגט נאר מיט דער באפרייאונג פון די פארטיליגונג לאגערס דורך די אליאירטע קראפטן אין 1945.
פאר דער מלחמה, האט די פאליטיק פון דייטשלאנד פאקוסירט בעיקר אויף לעגאליזירטער דיסקרימינאציע און סטימולירן עמיגראציע פון יידן ארויס פון לאנד. אין דער תקופה פון דער מלחמה האט פאסירט אן ערנסטע פארערגערונג אין באציאונג צו די יידן. נאך ווען זיי האבן איינגענומען ברייטע שטחים פון אייראפע, האבן די נאציס אנגעהויבן פארטרייבן די יידן פון דייטשלאנד און טייל פון די איינגענומענע שטחים פון זייערע הייזער און האבן זיי קאנצענטריט אין געטאס און אין לאגערס. דערנאך, מיט דער דייטשער אינוואזיע צום ראטנפארבאנד, האבן זיי אויך אנגעהויבן מאסן שחיטות, טיילמאל אין ספעציעלע פארניכטונגס לאגערן וואס זיי האבן אויפגעשטעלט פאר דעם צוועק, וואו זיי האבן געניצט געוויסע מעטאדן פון רציחה, כולל גאז קאמערן, וואו זיי האבן דערמארדט די קרבנות דורך פארגיפטיקן זיי מיט פאבריצירטער גאז.
די נאצי פארטיי וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין 1920 האט זיך שטארק באזירט אויף דער פאלקיסטישער אידעאלאגיע, מיט אירע אנטיסעמיטישע געדאנקען.[1] דער פירער פון דער פארטיי, אדאלף היטלער, וואס איז געווען געשטיצט דורכן גענעראל לודנדארף, דער דייטשער שעף פון גענעראל שטאב ביי דער ערשטער וועלט־מלחמה, האט געשאפן פיינט פון יידן פאר איר אידעאלאגישן פונדאמענט.[2]
ערשטע פאזע, צווישן די יארן 1933–1939: רדיפות פון די יידן אין נאצי דייטשלאנד
צווייטע פאזע, צווישן די יארן 1939–1941: אנהייב פון דער צווייטער וועלט־מלחמה
דריטע פאזע, צווישן די יארן 1941–1943: מאסן פארטיליקונג
פערטע פאזע, ה 1943–1945: צוריקצי און אויספרואוו צו פארווישן די פארטיליקונג
פון די הויפט פאקטארן וואס האבן געשפילט א ראלע, אלס דירעקטע נאכפאלג פון דעם חורבן אייראפע, און דאס האט געברענגט צו אן ערנסטע ענדערונג פון די סטאטיסטיקן פון דעם יידישן פאלק איז געווען:
דאס יידיש פאלק האט זיך געטיילט איבער די פראגעס אין פארשידענע מיינונגען און אזוי אנטוויקלט געווארן אין באזונדערע גרופעס:
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.