סאכאטשאוו (הויף)
From Wikipedia, the free encyclopedia
סאכאטשאוו איז א חסידות וואס איז געגרינדעט געווארן אין ה'תרל"א דורך הרה"צ ר' אברהם בארנשטיין, דעם "אבני נזר", אן איידעם פונעם קאצקער רבי'ן, אין דעם שטעטל סאכאטשאוו אין קאנגרעס פוילן.
רבי אברהם בארנשטיין איז געווען דער עלטסטער זון פון רבי זאב-נחום בארנשטיין, דער ביאלער רב, מחבר פון דעם ספר "אגודת אזוב", און אן איידעם פון דעם קאצקער רבי'ן (חתונה געהאט מיט זיין טאכטער שרה-צינא).
די ספרים פון די סאכאטשאווער רבי'ס זענען גוט באקאנט צווישן לומדים:
- שו"ת אבני נזר אויפן סדר פון שולחן ערוך
- אגלי טל אויף א טייל פון די ל"ט מלאכות שבת וואס דער מחבר האט געדרוקט אין זיין לעבן אין פיעטריקאוו תרס"ה, עס איז איבערגעדרוקט געווארן אין יאר תרצ"א און פריש איבערגעזעצט דורך די אייניקלעך אין יאר תשנ"ה
- שם משמואל אויף חמשה חומשי תורה און ימים טובים על פי דרך חסידות.
דער היינטיקער רבי, רבי שמואל יצחק בארנשטיין, איז געבוירן געווארן ה' אדר תשכ"א (1961) אין תל אביב, אין דעם יד אליהו געגנט וואו זיין פאטער האט געדינט אלס רב. ביי די פיר יאר איז ער געווארן פאר'יתומ'ם פון זיין פאטער וואס איז אוועק אין א פארקער אקצידענט. זיין מוטער טויבע איז די טאכטער פון הרב דניאל מאוושאוויץ, רב פונעם טשעלנאוו געגנט אין תל אביב. זיין חינוך האט ער באקומען אין תל אביב און דערנאך אין דער פאנאוועזשער ישיבה קטנה אין בני ברק, און שפעטער אין דער פאנאוועזשער ישיבה גדולה. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב אליהו שטערנבוך ראש בית דין פון דער "מחזיקי הדת" קהילה אין אנטווערפן, וואס זי איז אן אייניקל פון רבי ברוך האגער, סערעט־וויזשניצער רבי, דער "מקור ברוך" פון חיפה.
א גרויסער פראיעקט פון היינטיגע סאכאטשאווער חסידים איז מאורות.