![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/a/a7/Nerves_of_the_left_upper_extremity.gif/640px-Nerves_of_the_left_upper_extremity.gif&w=640&q=50)
נערוו
From Wikipedia, the free encyclopedia
א נערוו (פון לאטייניש nervus נערוואוס) איז א בינטל (אדער עטלעכע בינטלען) ניוראנען (נערוו צעלן) וואס גייען צוזאמען פאראלעל, איינגעוויקלט אין נערוון געוועב. די ניוראנען וואס קומען צוזאמען אין נערוון פירן אינפארמאציע צווישן דעם קערפער פון א מענטש און זיין צענטראל נערוון-סיסטעם. די צענטראל נערוון-סיסטעם באשטייט פונעם מוח און דעם חוט השדרה. דער חוט השדרה איז דאס גרויסע בינטל נערוון וואס גייט פונעם מוח צום רוקן, און פירט אלע אינפארמאציע פונעם מוח צו די נערוון אינעם קערפער.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/a/a7/Nerves_of_the_left_upper_extremity.gif/320px-Nerves_of_the_left_upper_extremity.gif)
די נערוון זענען צוגעטשעפעט צו די מוסקלען פון דעם קערפער. עס לויפן אין דעם ארום די ניוראנען און אקסאנען וואס טראגן די לעבעדיקע עלעקטרישע סיגנאלן פון דעם מוח.
![]() |
דער ארטיקל בנוגע ביאלאגיע איז א שטומף. דאס הייסט עס פעלן אין אים גרונטלעכע אינפארמאציע איבערן פארשטאנד פון דער טעמע. ביטע העלפֿט דאס פֿארברייטערן. |