From Wikipedia, the free encyclopedia
עלעקטריע איז א גרופע פיזישע ערשיינונגען פארבונדן מיט דעם אנוועזנהייט און באוועגונג פון מאטעריע וואס האט א אייגנשאפט פון עלעקטרישע לאדונג, וואס פיצקילע באשטאנדטיילן ווי עלעקטראנען און פראטאנען פליסן און שאפן א קראפט וואס ציט און שטופט צווישן זיך. דאס קען מאכן בליצן און אויך ליכטיגקייט.
עלעקטריע שטאמט פון דעם גריכישן ווארט ήλεκτρον (עלעקטראן).
עלעקטרישע לאדונג איז א פיזישע אייגנשאפט פון מאטעריע, וואס איז גורם אן עלעקטראמאגנעטישע אינטעראקציע מיט אנדערע לאדונגען אדער מיט אן עלעקטרישן פעלד.
עלעקטרישע לאדונג איז א סקאלארע פיזיקאלישע גרייס וואס קען האבן פאזיטיווע אדער נעגאטיווע ווערטן.
א שטראם דורך א רעזיסטאר שאפט א היצונג; דזשיימס פרעסקאט דזשול האט דאס שטודירט מאטעמאטיש אין 1840.
אן עלעקטרישער קרייז איז א צוזאמענשטעל פון עלעקטרישע קאמאפאנענטן וואס לאזט אן עלעקטרישע לאדונג פלוסן ארום א פארמאכטן שטעג (א קרייז); געוויינלעך איז דער צוועק אויפצוטון עפעס ווי צינדן א לעמפל. די פארשידענע קאמפאנענטן אין א קרייז זענען אזעלכע עלעמענטן ווי קעגנשטעלן, קאנדענסאטארן, אויסשלישערס, טראנספארמאטארן און עלעקטראניק.
עלעקטראניק איז א געביט וואס באהאנדלט קרייזן מיט תחום עלעקטראנישע באשטאנדטיילן געמאכט פון האלבדורכפירערס ווי דיאדעס און טראנזיסטארן. מיטן הילף פון עלעקטראנישע באשטאנדטיילן קען מען שאפן אמפליפייערס, שאלטער באשטאנדטיילן, לאגישע טויערן אא"וו. זיי זענען דער פונדאמענט פון מערסטע עלעקטראנישע געצייג און דורך זיי האט די טעכנאלאגיע זיך שטארק אנטוויקלט אין דעם 20סטן יארהונדערט.
עלעקטרישע קראפט ווערט גענערירט אדער מיט עלעקטראמעכאנישע גענערירערס, וואס מען טרייבט מיט פארע פון ברענען קוילן אדער נאפט, אדער פון א נוקלעארער רעאקציע, אדער פון קינעטישער ענערגיע וואס מען נעמט פון פליסנדיקן וואסער אדער ווינט.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.