משל
From Wikipedia, the free encyclopedia
משל איז א ליטערארישע זשאנער. א משל איז א בקיצורדיקע געשיכטע (וועגן בעלי חיים, פלאנצן אדער אביעקטן מיט תכונות פון מענטשן, ווי למשל רעדן) וואס איז ווי א ביישפיל צו א נמשל וואס מען וויל מסביר זיין און ארויסברענגן א מוסר השכל. דער משל איז א געוויסע געשיכטע, אבער דער נמשל ווענדט זיך גאנץ ברייט. אפטמאל איז שווער איבערצוגעבן א מוסר השכל, אבער מיט א משל גייט עס גרינגער.
אין אידישקייט איז דא א גאנצער ספר משלי פון שלמה המלך וואס איז געווען א קלוגער מאן.
דער בלאַט איז א פֿעלערדיקער שטומפיקער אַרטיקל. דאָס הײסט עס פֿעלן אין איר גרונטלעכע אינפאָרמאַציע איבערן פֿאַרשטאַנד פֿון דער טעמע. ביטע העלפֿט דאס פֿארברײטערן.