שטאט׳ס רב פון בני ברק From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי משה יהודה לייב לאַנדא (ט' תמוז ה'תרצ"ה , 10טן יולי 1935 - כ"ד אדר ב' תשע"ט, 30סטן מערץ 2019) איז געווען שטאָט׳ס רב און אב בית דין פון בני ברק. הרב לאַנדא האט געפירט די כשרות קערפערשאפט געגרינדעט דורך זיין פאטער, הרב יעקב לאנדא, אַ גוף אנגענומען דורך כמעט דעם גאנצן חרדי׳שן ציבור;[1] אויך האט ער געפירט דעם "פעמי יעקב" כולל און אנשטאלט.
געבורט |
10 יולי 1935 ט' תמוז ה'תרצ"ה רמתיים | |
---|---|---|
טויט |
30 מערץ 2019 (אלט 83) כ"ד אדר ב' ה'תשע"ט לאניאדא שפיטאל, ישראל | |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים | |
מדינה | ישראל | |
לערנארט | פאנאוועזשער ישיבה | |
טעטיקייט ארט | בני ברק, ישראל | |
באלאנג | חב"ד-ליובאוויטש חסידות | |
באשעפטיגונג | אב בית דין און רב פון בני ברק | |
אמטן |
געפירט כשרות פון בני ברק נשיא פון כולל ״פעמי יעקב״ פאר הוראה | |
זיינע רביס | הרב ברוך שמעון שניאורסאן, הרב שלמה חיים קעסלמאן | |
פאטער | יעקב לאנדא | |
צאצאים | הרב יצחק אייזיק לאנדא | |
ער איז געבוירן געוואָרן אין רמתיים צו חיה מינא און הרב יעקב לאנדא, וואָס איז געווען דער ארטיגער רב. מען האט אים געגעבן א נאמען נאך זיין זיידען, דער רב פון דער שטאָט פון קאָרניץ אין ווייסרוסלאַנד. בערך אַ יאָר נאָך זיין געבורט, איז זיין פאטער געווארן באשטימט רב פון דעם יישוב בני ברק, און די משפּחה איז אריבערגעגאנגען וואוינען אין בני ברק.
ער האט געלערנט אין דער אור ישראל ישיבה אין פּתח תקוה , און עטלעכע יאָרן האט ער געלערנט אין דער פּאָניוועזשער ישיבה אין בני ברק, און אין דער תומכי תמימים ישיבה אין לוד ביי רבי ברוך שמעון שניאורסאָן און ביים משפיע רבי שלמה חיים קעסלמאַן . אין תשט״ו איז ער באשטימט געווארן א מגיד שיעור פאר דער כיתה פון יונגערע תלמידים. אין חודש אלול תשי״ח האט ער חתונה געהאט. אין תשכ״ד האט מען אים באשטימט ווי א מגיד שיעור אין דער צענטראלער תומכי תמימים ישיבה אין כפר חב״ד , אַ שטעלע וואס ער האָט געהאלטן 23 יאר. אין דער זעלביקער צייַט, האט ער געדינט ווי זיין פאטער'ס רעכטע-האַנט מענטש און האט באהאנדלט מיט רובֿ פון די רבנישע ענינים פון דער שטאָט. פון דעם יאר תש״ם האט ער געפירט די שטאָטישע כשרות סיסטעם.
די קינדער פון הרב לאנדא און זיין ווייב מרים זענען:
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.