עגיפטן
From Wikipedia, the free encyclopedia
לוא־פעלער אין יחידה:תבנית_מידע, שורה 265: attempt to call field 'wrapReport' (a nil value). עגיפטן (א טייל פון אמאליקן מצרים), אפיציעל די אראבישע רעפובליק פון עגיפטן (אראביש: جمهوريّة مصر العربيّة- דזשאמהוריאט מאסאר אלאראביע), איז אַן אראביש לאַנד אין צווי קאנטינענטן, צפון־מזרח אַפֿריקע און דרום־מערב אזיע. עגיפטן באדעקט א שטח פון 1,010,408 קוואדראט ק״מ, מערסטנס אינעם נילוס טאל. עגיפטן איז א מיטלענדיש לאנד. ער גרענעצט דעם עזה פאס און ישראל אין צפון־מזרח, דעם אילת איינגאס צו מזרח, דעם ים סוף צו מזרח און דרום, סודאן צו דרום און ליביע צו מערב.
אראבישע רעפובליק פון עגיפטן | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: בילאַדי, בילאַדי, בילאַדי | |||||
קאָנטינענט | אפריקע (טייל אין אזיע) | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | אראביש | ||||
הויפּטשטאָט | קיירא 30°2′N 31°13′E | ||||
רעגירונג | רעפובליק פאקטיש דיקטאטור | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
עבד אל פתח' א-סיסי | ||||
גרינדונג דאַטום |
28סטן פעברואר 1922 פונעם | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
1,002,450 קוואַדראַט ק"מ 30סט 0.632 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
77,420,000[1] 82.3 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $469.663 ביליאן[2] (0ט) | ||||
וואַלוטע | עגיפטישער פונט | ||||
צײַט זאָנע | מזרח אייראפעישער זייגער UTC+2 | ||||
אינטערנעט דאָמען | eg. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 20+ | ||||
זײַן הױפּטשטאָט איז קײרא. מצרים איז באַוווּסט אַלס אירע גאָר אַלטע מאָנומענטן ווי למשל די פיראמידן. די מערהייט פון איר באפעלקערונג זיינען סוני מוסלמענער.
דאָס לאַנד עגיפטן איז געווארן אומאָפּהענגיק זײַט ה'תרפ"ב (1922).
עגיפטן איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער און אין דער אראבישער ליגע.
עגיפטן איז געווארן א רעפובליק נאך דער 1952־רעוואלוציע אין יאר ה'תשי"ב. דער אנפירער צום רעוואלוציע איז געווען גאמאל אבדעל נאצער.
די גרעסטע שטעט אין עגיפטן זענען קיירא, אלעקסאנדריע, אסוואן און פארט סאאיד.
מצרים איז געווען די ערשטע אראבישע מדינה וואס האט אנערקענט אין מדינת ישראלס באשטאנד אין יאר ה'תשל"ט (1979), נאך וואָס דער פרעזידענט פֿון עגיפטן אנוואר סאדאט האט אויסגעפירט דעם אפמאך און געמאַכט פרידן מיט ישראל.
עגיפטן ווערט גערעכנט א לאקאלע קראפט מיט א קולטורערן, פאליטישן און מיליטערישן איינפלוס אין צפון אפריקע, מיטל מזרח און דער מוסולמענישיער וועלט.