![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/c/c9/Mexico_%2528orthographic_projection%2529.svg/langyi-640px-Mexico_%2528orthographic_projection%2529.svg.png&w=640&q=50)
מעקסיקע
לאַנד אין צפֿון אַמעריקע / From Wikipedia, the free encyclopedia
מעקסיקע (שפּאַניש: México), אפיציעל די פאראייניגטע מעקסיקאנער שטאטן, איז א פעדעראלע רעפובליק אין צפון אמעריקע. מעקסיקע איז די פינפטע גרעסטע לאנד אין דער מערב וועלט און איז רייך מיט נאטורליכע אוצרות ווי נאפט. די מעקסיקאנער רעגירונג האט א לאנג יעריגע ציל אויפצוברענגען איר לאנד עקאנאמיש אלס איינע פון די 15 רייכסטע לענדער אבער צוליב אן אומגלייכע באדן מיט ווייניג פארם לאנד און א שנעל וואקסנדיגע באפעלקערונג איז איז ציל קיינמאל אפילו נישט געקומען נאנט. פארקערט גאר, דאס לאנד ליידט פון עקאנאמישע קריזיסן יעדע שטיק צייט. מעקסיקע סיטי איז די הויפט און גרעסטע שטאט מיט די מערסטע ביזנעס. די שטאט איז גרויס סיי אין סייז און סיי אין באפעלקערונג און רעכנט זיך אלס איינע פון די גרעסטע שטעט אין די וועלט. ארום א פינפטל פון די באפעלקערונג וואוינט אין מעקסיקע סיטי און די גאנצע קולטור, עקאנאמיע, און פאליטיק איז דארט דאמינירט. אין לאטיין אמעריקע איז זי די צווייטע גרעסטע לאנד נאך בראזיל.
פאראייניגטע מעקסיקאנער שטאטן | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
![]() | |||||
קאָנטינענט | צפון אמעריקע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | |||||
הויפּטשטאָט | מעקסיקע שטאט 19°03′N 99°22′W | ||||
רעגירונג | פעדעראלע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
פעליפ קאלדעראן | ||||
גרינדונג דאַטום |
1810 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
1,972,550 קוואַדראַט ק"מ 15טע 2.5% | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
111,211,789 11 55 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $1.541 טריליאן (11ט) | ||||
וואַלוטע | פעסא | ||||
צײַט זאָנע | UTC -6 ביז -8 | ||||
אינטערנעט דאָמען | mx. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 52+ | ||||
מעקסיקע גרעניצט זיך מיט די פאראייניגטע שטאטן אויף צפון, דעם פאציפישן אקעאן אויף מערב, דעם איינגאס פון מעקסיקע און דעם קאראיבישן ים אויף מזרח, און די צוויי לענדער גוואטעמאלע און בעליזע אויף דרום. דאס לאנד איז כאראקטיזירט מיט אן אויסערגעווענליכן פארשידנארטיקייט אין טאפאגראפיע און קלימאט און ווערט דורכגעשניטן דורך צוויי גרויסע בערג קייטן, די סיערא מאדרע אקסידענטעל און סיערא מאדרע אריענטל. די גרעסטע טייל פון דער באפעלקערונג איז קאנצעטרירט אין צענטער פון לאנד וועלכע איז צווישן די צוויי גרויסע בערג קייטן. אין מעקסיקע איז פאראן לעבעדיגע וואולקאן בערג, שניי איבערגעדעקטע בערג, רעגנוועלדער, און וועלט באקאנטע וואסער ברעגעס (פלאזשעס).
מעקסיקע און די פאראייניגטע שטאטן טיילן זיך מיט א גרעניץ פון 1,900 מייל (3,100 קילאמעטער) לאנג פון וועלכע א גרויס חלק דערפון איז די ריא גראנדע טייך. דאס איז די צווייטע לענגסטע גרעניץ אין נארט אמעריקע נאך קאנאדע. במשך די יארן האבן הונדערטער טויזענטער מעקסיקאנער זיך גערוקט נענטער צו די אמעריקאנער גרעניץ, און טייל דערפון אפילו אריבער אויפ'ן אמעריקאנער זייט, צו קענען טאן ביזנעס. די נאנטע גרעניצן האט אויך עפעקטירט די קולטור פון ביידע לענדער ווען איינוואוינער פון ביידע זייטן גייען אסאך אריבער די גרעניץ צוליב ביזנעס און מישן אויס די קולטורס. מעקסיקע דעקט א שטח פון 758,452 סקווער מייל (1,964,382 קילאמעטער).
די מעקסיקאנער איינוואוינער שפיגלען זייער לאנד'ס רייכע היסטאריע. דאס לאנד איז פארמירט געווארן אינעם 16'טן יאָרהונדערט דורך די אויסמישונג פון היספאנישע און נאטיווע (דארט געבוירענע) אמעריקאנער. כאטש מעקסיקאנער וועלן ענדערש אויסזען ווי היספאנישער, איז אבער נאך אלץ א דריטל פון די באפעלקערונג נאטיווע אמעריקאנער. ווי דערמאנט האבן זיך די צוויי פעלקער אויסגעמישט צו פארמירן מעקסיקע און ווערן גערופן די מעסטיזאוס וועלכע פארנעמען 60 פראצענט פון די באפעלקערונג. 90 פראצענט פון זיי רעדן היספאניש און לעבן א היספאנישע לעבנ'ס סטיל. אין די לעצטע יארן האבן זיך א מערהייט פון די באפעלקערונג אריבערגעצויגן צו די באוואוינטע שטעט וואו עס איז פאראן מער ביזנעס. לויט א צענזוס פון01' זענען 75 פראצענט פון די באפעלקערונג קאנצעטרירט אין די אורבאן שטעט און מער ווי האלב פון די וואוינען אין שטעט פון איבער 100,000 איינוואוינער.
מעקסיקע האט א רייכע ירושה פון קונץ ווערק און ארכיטעקטור און איז באקאנט געווארן דערמיט אין די גאנצע וועלט אינעם צוואנציגסטן יאָרהונדערט. דאס האט אויך אפגעשפיגלט איר היסטאריע און קולטור און אפילו איר איצטיגע סאציאלע אישוס. די גאנצע וועלט לעכצט נאך מעקסיקאנער מוזיק, געקעכטס, און פאלקס קונץ ווערק, אלע דערפון זענען שטארק צושפרייט אין גאנץ אמעריקע.
מעקסיקע'ס עקאנאמישע דעגרייכונגן זענען אסאך אבער דאס לאנד פלאגט זיך נאך אלץ צו קענען ווייטער אנטוויקלן די עקאנאמיע. א גרויסע שולד צו אירע עקאנאמישע שוועריקייטן ווערן אנגעוויזן אויף איר פאליטישע אומסטאבילקייט דורכאויס דעם 19'טן יאָרהונדערט. איר עקאנאמיע איז אמאל געווען א שטארקע אבער האט זיך גענצליך געטוישט נאך די צווייטע וועלט קריג און איז היינט אנגעוויזן אויף לייכטע פאבריצירונג און עקספארט. אירע נאפט אוצרות זענען פון די 10 גרעסטע אין די וועלט פון וועלכע זי עקספארטירט רוב דערפון. אויך גיט זי ארויס אסאך פעסל אויל און פארבלייבט איינע פון די גרעסטע פראדוצירער און עקספארטירער פון זילבער. נאך א גרויסער טייל פון איר היינטיגע עקאנאמיע זענען טוריזם און צוזאמענשטעלן (עסעמבלי) אינדוסטריס. דאס לאנד געניסט בעיקר פון איר נאנטשאפט צו די פאראייניגטע שטאטן מיט וועם זי טוט דאס מערסטע האנדל און אויך די פאראייניגטע שטאטן רעכנט איר אלס איינע פון אירע 10 גרעסטע האנדלער.
מעקסיקע'ס פאליטישער סיסטעם איז צושטאנד געקומען אין אונזער תקופה. עס איז דאמינירט דורך א שטארקע פרעזידענט און אן עקזעקיוטיוו אפטיילונג וועלכע פירן די יוסטיץ און לעגיסלאטיוו אפטיילונגן פון די רעגירונג. אין די לעצטע 70 יאר איז די רעגירונג דאמינירט דורך אן איינציגע פארטיי: די אינסטיטוציאנאל רעוואלוציאנארע פארטיי וועלכע ווערט דארט גערופן די "פי-אר-איי". גאנץ לעצטענס האט די פארטיי צום ערשטן מאל אין 70 יאר פארלוירן איר פרעזידענטשאפט.