טייך אין דרום־מזרח אזיע From Wikipedia, the free encyclopedia
דער טייך מעקאנג (ענגליש: Mekong) איז איינער פון די גרעסטע טייכן אין דעם קאנטינענט אזיע. דער טייך איז לאנג 4,350 ק"מ, און איז דער 11ט גרעסטער אין דער וועלט.
דער מעקאנג פֿליסט אדורך די לענדער כינע, מיאנמאר (בורמע), לאאס, טיילאנד און קאמבאדיע, און ער גיסט אריין אינעם דרום כינע ים אין א דעלטע אין דרום וויעטנאם. דער קוואל פונעם טייך איז אין טשינגהאי אין טיבעט. הויך 5,224 מעטער. לענגאויס דעם טייך געפינען זיך צענטראלע שטעט ווי וויענטיאן, הויפשטאט פון לאאס, און פנאם פען, הויפטשטאט פון קאמבאדיע.
מער ווי 1,200 פארשידענע זגאלן פון פיש לעבן אינעם. ער גיט א גוטע פרנסה פאר די פֿישער.
אין דעם שטח פון כינע אליין האט מען געבויט אויפן טייך 11 דאמבעס, און מען פלאנירט נאך. ווייטער, אין לאאס, האט מען געבויט זיבן דאמבעס. מען ניצט די דאמבעס צו שאפן עלעקטריע
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.