From Wikipedia, the free encyclopedia
דער וואלגא (רוסיש: Волга) איז דער גרעסטער טייך אין אייראפע אין דער לענג, אויסגאס און וואסערשייד. ער פליסט אדורך צענטראלן רוסלאנד, און ווערט פאררעכנט דעם נאציאנאלן טייך פון רוסלאנד. פון די צוואנציג גרעסטע שטעט אין רוסלאנד, געפינען זיך עלף, כולל די הויפטשטאט מאסקווע, אין דעם וואלגאס דרענאזש בעקן. לענגאויס דעם וואלגא טרעפט מען די גרעסטע רעזערוווארן אין דער וועלט. אין די דריי ווינטער חדשים ווערט דער וואלגא פארפרוירן אין מערסטן טייל פון זיין לענג.
לאקאציע | |
---|---|
לענדער | רוסלאנד |
אייגנשאַפֿטן | |
לענג | 3,530 קילאמעטער |
קוואל | וואלדאי בערג |
הייך פון קוואל | 225 מעטער |
דורכשניטלעכער אויסגאס | 8,060 מ3 א סעקונדע |
דרענאזש בעקן | 1,360,000 קוואדראט קילאמעטער |
לענדער אין דרענאזש בעקן | רוסלאנד |
דרענאזש בעקן פונעם וואלגא | |
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.