מסכת הוריות
From Wikipedia, the free encyclopedia
מסכת הוריות איז די צענטע און די לעצטע מסכתא אין סדר נזיקין אין משניות. די מסכתא האנדלט ארום ווען בית דין פסק'נט אפ אז מעג טון א זאך וואס מען דארף אויף דעם ברענגען א קרבן חטאת.
זי האט דריי פרקים. הוריות האט א תוספתא, ווי אויך א גמרא אין בבלי פון 14 דפים, און אויך א ירושלמי. דער רמב"ם שרייבט אז דעריבער איז די מסכתא אין סדר נזיקין, נאך מסכת אבות, ווייל די דינים זענען נוגע א בית דין.