מילך
From Wikipedia, the free encyclopedia
מילך ווערט גערופן א ווייסע פליסיגקייט, וואס געווענליך ווערט דאס ארויסגעמאלקן פון א זויג חיה א נקיבה (למשל א קו) אדער א מענטש. עס זענען פארהאנען עטליכע ערליי מילך ווי צום ביישפיל עס איז דא וואס האט מער וואסער עס איז דא וואס זענען פעטער א. א. וו. מילך אנטהאלט פראטעין, קאלציום און וויטאמין C. דער עיקר צוועק פון מילך איז צו שפייזן די ניי-געבוירענע קינדער.
נאר מענטשן טרינקען מילך אפילו ווען זיי זענען שוין דערוואקסן, און דעמאלסט טרינקען זיי מילך פון בהמות, צום ביישפיל קי און ציגן.
מען קען אויך מאכן א סארט מילך פון מאנדלען, סאי, קאקוסניס און פארשידענע ניסלעך. אפילו פון באנאנען מאכט מען מילך.