From Wikipedia, the free encyclopedia
מאכניווקא חסידות געהערט צו דער טשערנאבלער גזע. הרה"צ יוסף מאיר טווערסקי האט געגרינדעט דעם הויף אין מאכניווקא, א שטעטל אין אוקראינע. דער היינטיקער רבי פירט זיין רעביסטעווע אין בני ברק, ישראל; ער איז אויך א בעלזער אייניקל און מען רופט דאס חסידות הײַנט מאכניווקא־בעלזא. מאכניווקא איז אן אפצווייג פון סקווער.
וויבאלד דער היינטיקער מאכניווקער רבי איז א בעלזער אייניקל, זענען צוגעקומען צו זיין חסידות בעלזער חסידים וואס האבן נישט מקבל געווען די רעביסטעווע פונעם היינטיקן בעלזער רבין. אחוץ דעם בית המדרש אין בני ברק, האבן זיי צוויי שטיבלעך און א ישיבה קטנה אין סטאמפארד היל, לאנדאן. אויך האבן זיי שטיבלעך אין ירושלים, בית שמש ביתר און אלעד, און אויך אין סאלפארד (מאנטשעסטער), אנטווערפן, בארא פארק און וויליאמסבורג.
די טשערנאבלער גזע האט געגרינדעט דער טשערנאבלער מגיד, הר"ר מנחם נחום טווערסקי, א תלמיד פון הייליגן בעל שם טוב, דער מייסד פון חסידות.
ר' אברהם יהושע העשיל איז געווען מאכניווקער רבי 70 יאר, פון תרע"ז ביז תשמ"ח. במשך א לענגערער צייט אין ראטן פארבאנד האט ער מרביץ תורה געווען און פארשפרייט חסידות אקעגן דעם רצון פון די קאמוניסטישע אויטאריטעטן. נאכן צווייטן וועלט קריג האט די סאוועטישע רעגירונג אים געבעטן צו דינען אלס הויפט רב פון דער סאוועטן פארבאנד. ער האט אבער אפגעזאגט דעם אמט, ווייל ער האט נישט געוואלט זיך פירן לויט זייערע דעות. פאר דעם האט מען אים פארטריבן אין סיביר.
אין תשכ"ה האט מען אים ערלויבט צו פארלאזן דעם סאוועטן פארבאנד און ער האט געוואנדערט קיין בני ברק.[2]
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.