לעאנאַרדא די סער פיערא דאַ ווינטשי (איטאליעניש: Leonardo di ser Piero da Vinci; דעם 15טן אפריל, 1452 – דעם 2טן מיי, 1519) איז געווען אן איטאליענישער וויסנשאפטלער, מאטעמאטיקער, אינזשעניר, ערפינדער, אנאטאמיסט, מאלער, סקולפטאר, ארכיטעקט, באטאניסט, מוזיקער און שרייבער.

גיכע פאקטן געבורט, טויט ...
לעאנארדא דא ווינטשי
Leonardo da Vinci
Thumb
געבורט 15 אפריל 1452
פירענצער רעפובליק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 2 מאי 1519 (אלט 67)
Q605051, Q70972 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פירענצער רעפובליק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט ווענעציע, פֿירענצע, רוים, פֿירענצע, מילאן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט Thumb רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
פארמאכן
Thumb
לעאנארדא אין א זעלבסט מאלעריי

ביאגראפיע

יונגע יארן, 1452–1466

לעאנארדא דא ווינטשי איז געבוירן געווארן דעם 15טן אפריל 1452 אין דעם דארף אנקיאנא, נאנט צו טייך ארנא אין טוסקאני, דריי און א האלב קילאמעטער צפון פון ווינטשי, א שטעטל אין דעם געביט פון פירענצע. ער איז געווען א קינד פון סער פיערא דא ווינטשי, א פלארענטירער נאטאר, און קאטערינע, א פויעריש מיידל; עס ווייזט אויז אז קאטערינע׳ס פאטער האט נישט איינגעשטימט אז פיערא זאל הייראטן זי. מען ווייסט ווייניג וועגן זיינע ערשטע יארן. די ערשטע פינף יאר פון זיין לעבן האט ער געוואוינט מיט זיין מאמען, דערנאך האט קאטערינא געהייראט אקטאבריגע, וואס האט געפירט א קאלעך־אויוון און לעאנארדא איז אריבער וואוינען מיט זיין זיידע־באבע און זיין פעטער פֿראנטשעסקא. יענע יאר האט סער פיערא געהייראט אלביערא אמאדארי, די 16-יעריגע טאכטער פון א רייכן נאטאר פון פירענציע, זי איז אבער געשטארבן יונגערהייט[1] אין 1465 אָן קינדער. אין 1468, ווען לעאנארדא איז געווען אלט 16, האט זיין פאטער געהייראט נאכאמאל צו 20-יעריגער פראנטשעסקא לאנפֿרעדיניע, זי איז אבער אויך געשטארבן אן קינדער. פיערא׳ס לעגאלע יורשים זענען געווען זיינע קינדער פון זיין דריטער ווייב מארגהעריטא די גוגליעלמא, וואס האט געבוירן זעקס קינדער,[lower-alpha 1] און זיין פערטע און לעצטע ווייב, לוקרעזיא קאריגיאני האט אים געבוירן נאך זעקס יורשים.[lower-alpha 2][4][5] אינגאנצן האט לעאנארדא געהאט 12 האלב-געשוויסטער וואס זענען געווען א סך יונגער פון אים (ווען דער יונגסטער איז געבוירן איז לעאנארדא שוין געווען 40 יאר אלט) און לעאנארדא האט כמעט נישט געהאט קיין שייכות מיט זיי.[lower-alpha 3]

לעאנארדא האט אויפגעוואקסן צווישן זיינע ברידער און האט באקומען די זעלבע בילדונג ווי זיי, אבער ער האט געשפירט אז ער איז אנדערשט פון זיי וויבאלד זיין געבורט איז געווען אומלעגאל.

לעאנארדא דא ווינטשי האט זיך געשפירט באלעסטיקט פון די פלאגענשין פון בעלי חיים און האט געהאלטן פון וועגעטאריאניזם.[7][8]

וועגן לעאנארדא׳ס פארגעשריטענער בילדונג לערנען מיר פון די ווערטער פון וואסארי, דער ביאגראף פון די מעלער. "אין אריטמעטיק האט ער פראגרעסירט אזוי גיך ביז פון צייט צו צייט איז זיין לערער געווען אין א קלעם ווי צו ענטפערן זיינע שווערע שאלות. אויך האט ער אנגעהויבן לערנען מוזיק און ער האט באשלאסן צו לערנען שפילן דעם פידל."[9]

לעאנארדא האט געלערנט לייענען גאנץ יונג; ער האט געהאט צוטריט צו א סך ביכער א דאנק דער ערפינדונג פון דרוקעריי דורך יאהאן גוטנבערג פון דייטשלאנד.

דא ווינטשי האט געשריבן אין זיין טאג־זשורנאלן אין שפיגלשריפט. פארוואס ווייסט מען נישט, און ס׳זענען פאראן עטלעכע השערות, צווישן זיי אפשר צו מאכן שווער פאר אנדערע צו לייענען וואס ער האט געשריבן, אדער ווייל ער איז געווען לינקהאנטיק, און ווען מען שרייבט פון לינקס אויף רעכטס מיט דער לינקער האנט טוט מען שמירן דעם טינט, וועגן דעם איז גרינגער פאר לינקהאנטיקער צו שרייבן פון רעכטס אויף לינקס. אנדערע האלטן אז ער האט אזוי געשריבן צוליב דיסלעקסיע, אבער ס׳איז נישט פאראן קיין שום באווייז אז לעאנארדא האט געליטן פון דיסלעקסיע.[10]

וועראקיא׳ס ווארשטאט, 1466–1476

אין די מיטעלע 1460ער יארן האט לעאנארדא׳ס פאמיליע זיך געצויגן אין פירענצע. לעאנארדא איז געווען א געזעלשאפטלעכער בחור וואס האט זיך אינטערעסירט אין מוזיק, צייכענען און טעפעריי. זיין פאטער איז נתפעל געווארן פון זיין זונ׳ס ארבעט, און האט געוויזן די צייכענונגען פון דעם 14-יעריגן לעאנארדא צו איינעם פון די גרויסע קינסטלער פון יענער תקופה, דעם גאלדשמיד, סקולפטאר און מאלער אנדרעא דעל וועראקיא. וועראקיא האט באלד באמערקט דעם טאלאנט פונעם יינגל און האט מסכים געווען אים אויפצונעמען ווי א לערניינגל אין זיין ווארשטאט אין פירענצע אין יאר 1466. ווערוקיא׳ס ווערקשטעל איז געווען אין דעם אינטעלעטועלן צענטער פון דער שטאט וואס איז שפעטער גערופן דער "וויג פונעם רענעסאנס". אין יענער צייט האבן געארבעט פיל קינסטלער אין דער שטאט, צווישן זיי דער פילאסאף מרסיליא פֿיטשינא, דער מאטעמאטיקער פאולא דעל פּאצא טאסקאנעלִי, דער גרויסער געלערנטער לעאן באטיסטא אלבערטי, דער אלטיטשקער סקולפטאר דאנאטעלא און די יונגע קינסטלער דאמעניקא גירלאנדאיא און סאנדרא באטיטשעלי. אין דער זעלבער צייט ווי לעאנארדא האבן באקומען פראקטיק אין ווערוקיא׳ס ווערקשטאל די באקאנטע קינסטלער פיעטרא פערודזשיא און לארענצא די קרעדי.

אין 1472, ווען ער איז געווען אלט 20, האט לעאנארדא זיך קוואליפיצירט ווי א מייסטער אין דער גילדיע פון סאנט לוק, די גילדיע פון קינסטלער און מעדיצין־דאקטוירים;[lower-alpha 4] אבער אפילו נאך ווען זיין פאטער האט אים אויפגעשטעלט אין זיין אייגענעם ווארשטאט, איז ער געבליבן פארבונדן מיט וועראקיא און האט ווייטער קאלאבארירט מיט אים.[1][12] לעאנארדא׳ס ערשטע ווערק איז א 1473 צייכענונג פון דעם ארנא טאל, וואס ווערט גערעכנט די ערשטע ׳ריינע׳ לאנדשאפט אין די מערב־לענדער.[lower-alpha 5][13] לויט וואסארי, איז דער יונגער לעאנארדא געווען דער ערשטער וואס האט פארגעשלאגן אז מען קען מאכן דעם טייך ארנא א שיפיגער קאנאל צווישן פירענצע און פיזע.[14]

ארבעט׳ס לעבן 1476–1499

Thumb
The Adoration of the Magi, (1481) אין דער אופיצי גאלעריע

וואסארי שרייבט וועגן לעאנארדא מיט אזעלכע ווערטער ווי "אדעל", "ברייטהארציק", "בנעימותדיק" און "שיין". וואסארי דערציילט אונז אז אלץ דערוואקסערנער מענטש איז לעאנארדא געווען הויך און הדרת־פנימ׳דיק. ער איז געווען אזוי שטארק אז ער געקענט בייגן א פאטקעווע מיט זיינע הענט. זיין שטימע איז געווען אזוי שיין צו פארכישופן יעדעם איינעם וואס האט אים געהערט. יעדער איינער האט געוואלט זיין זיין חבר. ער האט ליב געהאט בעלי חיים, איז געווען א וועגעטאריר און פלעג קויפן פייגלעך אינעם מארק וואס ער האט דערנאך באפרייט.[15]

מען ווייסט גאר ווייניג וועגן לעאנארדא׳ס ארבעט און לעבן צווישן די יארן 1472 און 1481. א בילד וואס ער האט אנגעהויבן מאלן אין 1478 האט ער נישט געקאנטשעט ווייל מען האט אים אוועקגעשיקט אין דער צפון־איטאליענישער שטאט מילאן.

לעאנארדא איז געווען א זייער טאלאנטירטער מוזיקער.[16] אין 1482, האט ער געמאכט א זילבערנעם לירע אין דער פארעם פון א קאפ פון א פערד. אין יענער צייט האט מילאן געהאט א נייעם הערשער, הערצאג לאדאוויטשא איל מארא. דער איטאליענישער פאליטיקער און הערשער פון פירענצע, לאראענצא דע מעדיטשי, האט געשיקט לעאנארדא קיין מילאן ווי אן אמבאסאדאר. לארענצא דע מעדיטשי האט געוואלט אז לעאנארדא זאל געבן לודאוויטשא די לירע אלס געשאנק פון אים.[17] לעאנארדא האט געשריבן צום הערצאג פון מילאן א בריוו, אין וואס ער שרייבט צו אים די אלע קלוגע און ניצבארע זאכן וואס ער קען טון, למשל שאפן קריג־מאשינען . ער האט געשריבן אינעם בריוו אז ער קען "אויך מאלן", נישט וויסנדיק אז די שפעטער דורות וועלן אים געדענקען דווקא פאר זיין מאלעריי.[18][19] לעאנארדא איז געבליבן אין מילאן און האט געארבעט פארן הערצאג צווישן די יארן 1482 און 1499. אין לעאנארדא׳ס העפטן קען מען געפינען געמעלן פון טעאטער־קאסטיומען, וואודערלעכע קאסקעס און סצענעס וואס זענען אפשר פארן טעאטער.

Thumb
Virgin of the Rocks, לואוורע, מעגלעך 1505–1508.

לעאנארדא ווי א וויסנשאפטלער

לעאנרדא האט זיך אינטערעסירט אין פארשידענע סוביעקטן אויסער מאלעריי. די סוביעקטן ווערן היינט אריינגערעכנט אין געוויסע וויסנשאפטלעכע דיסציפלינען, ווי פיזיק, כעמיע, אפטיק, אסטראנאמיע, זאאלאגיע, מעכאניק, באליסטיק און עראנאטיק.

לעאנארדא איז געווען אן אויטאדידאקט און ער האט נישט שטודירט די פאכן אין קיין שום שולע אדער אוניווערסיטעט.

וועבלינקען

גיכע פאקטן
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לעאנארדא דא ווינטשי
פארמאכן

הערות

  1. Antonio, Giulian, Maddalena, Lorenzo, Violante and Domenico[2]
  2. Margherita, Benedetto, Pandolfo, Guglielmo, Bartolomeo and Giovanni[3]
  3. He also never wrote about his father, except a passing note of his death in which he overstates his age by three years.[6] Leonardo's siblings caused him difficulty after his father's death in a dispute over their inheritance.[5]
  4. That Leonardo joined the guild by this time is deduced from the record of payment made to the Compagnia di San Luca in the company's register, Libro Rosso A, 1472–1520, Accademia di Belle Arti.[11]
  5. On the back he wrote: "I, staying with Anthony, am happy," possibly in reference to his father.

רעפערענצן

Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.