ערשטער מאדזשיצער רבי From Wikipedia, the free encyclopedia
הרב ישראל טויב (תר"ט, ראטשוינז - י"ג כסלו תרפ"א), באקאנט ווי דער "דברי ישראל", איז געווען דער ערשטער מאדזשיצער רבי.
געבורט |
1849 פוילן |
---|---|
טויט |
24 נאוועמבער 1920 (אלט 71 בערך) ווארשע |
קבורה ארט | יידישער בית עולם אין ווארשע |
פאך | רב |
רבי ישראל איז געבוירן געווארן אין ראטשוינז אין אנהייב יאר תר"ט צו זיין פאטער רבי שמואל אליהו טויב, זוואלינער רבי, זון פון רבי יחזקאל טויב פון קאָזמיר.
פון קינדווייז אן האט רבי ישראל זיך אויסגעצייכענט מיט זיין מוזיקאלישער פעהיקייט. ער האט אנגעהויבן קאמפאנירן ניגונים, און אזוי ווי ער האט נישט געוואוסט וועגן שרייבן נאטן האט ער איינגעחזר׳ט די ניגונים בעל פה.
ווען ער איז געווען אלט 14 יאר האט ער געהייראט דאברא, די טאכטער פון ר׳ חיים שאול פרידמאן, חזן אין דעם בית מדרש פון רבי ישראל׳ס זיידע, דער קאזמירער רבי. 15 יאר האט ער געגעסן קעסט ביי זיין שווער, און האט געזעסן און געלערנט תורה. זיין שווער האט פרובירט מאכן אים פאר א סוחר אבער ס׳איז נישט געלונגען, זיין איידעם האט געלערנט א גאנצן טאג.
ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן אין תרמ"ח (1888) האט מען אים גערופן קיין זוואלין איבערנעמן זיין פאטער׳ס רבנות שטעלע. ער איז געבליבן דארט איין יאר. דערנאך האט מען אים באשטימט שטאטס רב פון איוואנגראד, וואס די חסידים האבן גערופן מאדזשיץ (היינט א באצירק פון דעמבלין). דארט האט ער אויפגעשטעלט זיין הויף וואס איז געוואקסן און איז געווארן א ציל פאר חסידים פון גאנץ רוסיש פוילן.
ביי דער ערשטער וועלט מלחמה האבן אלע איינוואוינער פון די פעסטונג שטעט געדארפט זיך אוועקציען צו אנדערע שטעטלעך. אין מאדזשיץ איז געווען א גרויסע פעסטונג אויף די ברעגן פונעם ווייסל האט רבי ישראל געדאפט אוועקציען און האט זיך באזעצט אין ויסלה נאלץ טאוב לעקור את מקומו ועבר לראדעם. אין תרע"ג (1913) האט ער שטארק געליטן פון צוקערקרענק און ער איז געפארן אין בערלין דארט איז ער אדורכגעגאנגען א שווערע אפעראציע צו אמפוטירן א פוס צו ראטעווען זיין לעבן; ער האט געבעטן מען זאל אים אפערירן אן אנעסטעזיע און ער האט דעמאלסט מחבר געווען זיין ״אזכרה״ ניגון. אין זיינע עלטערע יארן איז ער אריבער קיין ווארשע וואו ער איז נפטר געווארן י"ג כסלו תרפ"א (1920). מען האט אים באערדיגט אין דעם גרויסן ווארשעווער בית עולם.
זיין זון הרב שאול ידידיה אלעזר טויב איז געווארן זיין ממלא מקום.
הרב ישראל טויב איז געווען א פרוכפערער קאמפאזיטאר. ער פלעג דאווענען פארן עמוד אין די הייליגע טעג פאר אלע תפילות, ביז זיינע לעצטע יארן. ער האט געהאט א שטארקע טענאר שטימע. א גרויסער טייל פון זיינע ניגונים זענען פארלוירן געגאנגען ביי דער חורבן אייראפע. היינט זענען באקאנט פון אים עטלעכע 100 ניגונים, א טייל פון זיי זענען געווארן וועלט׳ס ניגונים.
צוויי פון זיינע ניגונים האבן איבערגלאזט א גרויסן רושם:
מאדזשיצער רבי׳ס | |
---|---|
|
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.