From Wikipedia, the free encyclopedia
דאס שטעטל מאדזשיץ אין קאנגרעס פוילן איז באקאנט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן איז געגרינדעט געווארן דער מאדזשיצער הויף. היינט איז דער הויף הויפטקווארטירט אין בני ברק. דאס חסידות איז שטארק באוואוסט פארן הדגשה וואס זיי לייגן אויף נגינה.
|
דער גרינדער פונעם מאדזשיצער חסידות איז געווען רבי ישראל טויב, א זון פון רבי שמואל אליהו זוואלינער, א זון פון רבי יחזקאל טויב פון קאזמיר. אין תרמ"ט, א יאר נאך דער פטירה פון זיין פאטער, דער רבי פון זוואלין, האט מען אויפגענומען רבי ישראל רב און אב"ד אין מאדזשיץ. שטארק באוואוסט איז דער לאנגער ניגון "אזכרה" וואס רבי ישראל האט קאמפאזירט נאך זיין אפעראציע אין בערלין ווען ער האט געליטן פון צוקער. נאך זיין פטירה האט איבערגענומען די רביסטעווע זיין זון רבי שאול ידידיה אלעזר טאב. ער האט זיך באזעצט אין אטוואצק וואו ער האט געפירט דעם הויף ביז דער וועלט מלחמה. נאך א שטיק צייט אין יאפאן איז דער רבי אנגעקומען אין ניו יארק. בסוף ימיו האט ער געוואוינט אין תל אביב. ער האט קאמפאזירט מער ווי א טויזנט ניגונים. זיין זון, רבי שמואל אליהו האט איבערגענומען די רביסטעווע אין תל אביב, ביז זיין פטירה אין תשמ"ד. זיין נאכפאלגער איז געווען זיין איינציקער זון, רבי ישראל דן טויב. אין זיינע יארן איז דער הויף אריבער קיין בני ברק. דער היינטיקער רבי איז זיין עלטערער זון רבי חיים שאול טויב.
דורכאויס מער ווי הונדערט יאר האבן די מאדזשיצער רבי׳ס קאמפאזירט עטלעכע 4000 ניגונים.[1] א סך ניגונים פון זיי זענען גאר פארשפרייט אין פארשידענע געמיינדעס, אפטמאל אן צו וויסן אז דער ניגון שטאמט פון מאדזשיץ. דער באוואוסטער בעל מנגן פונעם חסידות איז געווען בן ציון שענקער וואס האט פארעפנטלעכט צענדליקע פלאטעס מיט מאדזשיצער ניגונים. אין די לעצטיקע יארן האט מען אויפגעשטעלט דעם אנשטאלט פאר רעקארדירן און היטן מאדזשיצער ניגונים אונטער דער פירערשאפט פון אדוואקאט דוד זעירא.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.