בן ציון שענקער (י"ח אייר תרפ"ה, 12טן מיי 1925 - י"ט מרחשון תשע"ז, 20סטן נאוועמבער 2016), איז געווען דער באוואוסטער 'בעל מנגן' הידוע פון דעם מאדזשיצער חסידות און פון די ארויסשטעקנדיקע שעפער אין חסידישער מוזיק. ער האט געזינגען, קאמפאזירט און פארעפנטלעכט צענדליקע פלאטעס, קאסעטעס און דיסקן פון מאדזשיצער ניגונים וואס די מאדזשיצער רבי׳ס און ער אויך האבן קאמפאזירט. צווישן זיינע מערסט באקאנטע ניגונים זענען "אשת חיל"[1] און "מזמור לדוד"[2] וואס מען זינגט אין טויזנטער יידישע הייזער ביי די שבת זמירות, אפטמאל אן צו וויסן ווער האט זיי קאמפאזירט.
געבורט |
12 מאי 1925 לאוער איסט סייד, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
---|---|---|
טויט |
20 נאוועמבער 2016 (אלט 91) ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
לערנארט | תורה ודעת | |
פאך | קאמפאזיטאר | |
www | ||
ביאגראפיע
שענקער איז געבוירן גווארן אין וויליאמסבורג, ברוקלין, צו זיינע עלטערן מרדכי שענקער און זיין ווייב מרים, טריסקער חסידים פון פוילן. ער האט געלערנט אין תורה ודעת ישיבה אין ברוקלין. אין די 1940ער יארן איז ער געווארן באַקאַנט מיטן מאדזשיצער רבי׳ן רבי שאול ידידיה אלעזר טויב קורץ נאָך ווען ער איז געקומען פון אייראָפּע אין די פאַרייניקטע שטאַטן נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה,[3] און זינט דעמאָלט איז ער געווען פארבונדן מיט אלע מאדזשיצער רבי׳ס. אין תורה ודעת האט ער געקענט שלמה קארלעבאך וואס איז געווען יינגער פון אים מיט צוויי יאר און האט אים צונויפגעטראפן מיט דער וועלט פון מאדזשיצער ניגונים. שפעטער האט קארלעבאך זיך אויסגעדרוקט אז ער האט אפילו נישט קיין איין ניגון וואס איז נישט געווארן באאיינפלוסט מיט מאדזשיץ.[4]
שענקער, אַ גראַדואַנט פון דער מוזיק קאנסערוואטאריע אין ניו יארק, איז באקאנט ווי דער ערשטער צו האָבן רעקארדירט אויטענטישע חסידישע מוזיק אויף א פראפעסיאנעלן שטייגער. אין לויף פון זיין לעבן האט ער פֿארפֿאסט עטלעכע 600 מעלאדיעס און מער ווי אַ טוץ סידיס וואס זענען פונאנדערגעטיילט אין דער גאנצער וועלט. לויט שרה פרידלאַנד בן-ארזה: "די נאַטור פון פּאָעזיע און זיין קאמפאזיציע איז עכט און פֿאלקיש, און זיינע אויספירונגען זענען וואַרעם און איידל".[5] ער האט געוואוינט אין פלעטבוש, ניו יארק, און געדינט ווי דער בעל תפילה אינעם ארטיגן מאדזשיצער שטיבל אויף קאני איילענד עוועניו.
ער איז נפטר געווארן זונטיק י״ט מרחשון תרע״ז (20סטן נאוועמבער 2016) אין די פאראייניגטע שטאטן ביי דער עלטער פון 91.[6]
רשימה פון זיינע אלבאמען
- מודז'יץ ח"י - חלק א-ד (2000)
- מבשר טוב (2002)
- מזמור לדוד (2003)
- אשת חיל (2003)
- ולירושלים עירך (2003)
- ויבטחו בך (2003)
- ליהודים הייתה אורה (2005)
- קול צהלה (2005)
- וחסידים ברינה יגילו (2005)
- שבת במודז'יץ א' - וביום השבת (2006)
- שבת במודז'יץ ב' - מעין עולם הבא (2006)
- שבת במודז'יץ ג' - כי בא מועד (2006)
- שבת במודז'יץ ד' - מלוה מלכה (2006)
- שירי מריעים (2011)
- הלל וזמרה (2014)
- שירו לה' שיר חדש (2016)
וועבלינקען
- בן-ציון שנקר, אתר מוזיקה ישראלית
- חיים יהודיים עם ר' בן-ציון שנקר, שיחת השבוע (חב"ד) מס' 788
- בן ציון שענקער באתר הזמנה לפיוט
- ארכיון (ארכיווירט 09.03.2011 ביי דער Wayback Machine) המכון לתיעוד ושימור נגוני מודז'יץ
- אבי קלמרסקי, בעל המנגן של ממלכת הנגינה - החסיד רבי בן ציון שנקר הי"ו (ארכיווירט 18.08.2014 ביי דער Wayback Machine), אתר המכון לתיעוד ושימור ניגוני מודז'יץ. פורסם במגזין "שירו לו" גיליון מס' 10 שבט תשס"ג
- חדש: בן ציון שנקר בקומזיץ מודז'יצאי ווקאלי, ביי ערוץ 7, 8טן מיי 2011 (אויף העברעיש)ערוץ 7
- אהרן רובין, אגדה מוזיקלית • ראיון עם הרב בן-ציון שנקר, באתר בחדרי חרדים, 13 באפריל 2014
רעפערענצן
Wikiwand in your browser!
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.