טשארטקאוו
From Wikipedia, the free encyclopedia
טשארטקאוו (אוקראיניש: Чортків, טשארטקיוו, פּויליש: Czortków) איז א שטאט אין טארנאפאלער פראווינץ אין מערב אוקראינע. ער איז דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם טשארטקאווער ראיאן, מיט באפעלקערונג 28,279 (2022). טשארטקאוו געפינט זיך אויפן סערעט טייך, אינעם צפון טייל פון גאליציאנער פאדאליע און איז פלאצירט אינעם היסטארישן ראיאן פון גאליציע.