![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/5/57/Orthographic_Projection_of_Venezuela.png/640px-Orthographic_Projection_of_Venezuela.png&w=640&q=50)
ווענעזועלע
From Wikipedia, the free encyclopedia
װענעזועלע (שפּאַניש: Venezuela), אפיציעל די באליוואַרישע רעפובליק פון ווענעזועלע (שפאניש: República Bolivariana de Venezuela), איז אַ פֿעדעראלע רעפובליק אויפן צפון בארטן פון דרום אַמעריקע וואס שליסט איין אן א צאָל אינזלען אינעם קאראאיבישן ים. דאס לאנד גרענעצט גייאנע צו מזרח, בראזיל צו דרום און קאלאמביע צו מערב. צו צפון־מזרח זענען די אינזלען פון טרינידאד און טאבאגא. איר הױפּטשטאָט און גרעסטע שטאָטישע געגנט איז קאראקאס.
.
באליוואַרישע רעפובליק פון ווענעזועלע | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: Gloria al Bravo Pueblo גלאריע צום בראַוון פֿאלק | |||||
![]() | |||||
קאָנטינענט | דרום אמעריקע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | שפאניש | ||||
הויפּטשטאָט | קאראקאס | ||||
רעגירונג | פעדעראלע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
ניקאלאס מאדורא, כואן גואיידא | ||||
גרינדונג דאַטום |
דעם 13טן יאנואר, 1830 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
916,445 קוואַדראַט ק"מ 33סט 0.32 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
28,199,825 40סט 30.2 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | 358.623 ביליאן (31סט) | ||||
וואַלוטע | באליוואר | ||||
צײַט זאָנע | 4:30 - UTC | ||||
אינטערנעט דאָמען | ve.. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 58+ | ||||
דאס לאנד באדעקט א שטח פון 916,445 ק״מ2 מיט א באפֿעלקערונג געשאַצט צו 29 מיליאן אין 2022.
זי האט פיל נאטורליכע אוצרות אין זיך, אבער דער הויפט אוצר ביי איר איז נאפט, דאס איז איר קוואל פון רייכטום, זי פארמאגט עטלעכע הונדערטער טורעמס מיט גרויסע גראב מאשינען פון ווי מען גראבט פיר און צוואנציג שעה א טאג אסאך נאפט וואס ווערט פארקויפט אין אויסלאנד ספעציעל צו די פאראייניקטע שטאטן. דעריבער האט ווענעזועלע א שטארקע איינפלוס אין אפעק, ווי אלע לענדער וואס פארקויפן נאפט זענען מיטגלידער. חוץ דעם פארמאגט זי אויך נאך אוצרות ווי גאלד, קופער, אייזן, זאלץ. אויך האט דאס לאנד פארשידענע מיני פיש, וואס איז א גרויסע באשעפֿטיגונג פאר די ארימע איינוואוינער פון לאנד.
איר הויפט שפראך איז שפאניש, וואס ווערט גערעדט דורך בערך 12 מיליאן מענטשן. אין דער הויפטשטאט קאראקאס וואוינען איבער 3 מיליאן מענטשן. אויך וואוינען דארט אסאך פארמעגליכע רייכע יידן מיט פראכטיקע אידישע געמיינדעס, וואס זענען וואויל באקאנט אין דער וועלט מיט זייערע מעשי צדקה וחסד.
אין ווענעזועלע געפינט זיך דער העכסטער וואסער פאל אויף דער וועלט, דער ענגעל וואסער פאל; ער איז טאקע שמאל און עס גיסט זיך פון אים ווייניג וואסער, אבער דאך איז ער דער העכסטער, און גייט אראפ פון א הויך פון 980 מעטער.
דער פאליטישער מצב אין ווענעזועלע איז וויבאלד דאס מערהייט פון פאלק לעבן אין גרויס ארימקייט עס איז דא א גרויסע צווישנשייד צווישן די ארימע און רייכע וועלכע זענען לערך צוואנציג פראצענט פון דער באפעלקערונג. די ארימע באפעלקערונג איז זייער בייז אויף די רייכערע און באטראכטן די העכערע קלאס אלס גנבים און שווינדלער און זאגן דאס איז וויבאלד אמעריקא העלפט די רייכע, דעריבער איז אויפגעשטאנען יוגא שאוועז וועלכער האט גוט פארשטאנען דעם מצב און האט געפרעדיגט אז די רייכע און אימפארליסטישע אמעריקע בראש פון בוש איז שולדיג אין אלעס, ער איז געווארן פרעזידענט פון ווענעזועלא און זייט דעמאלטס רייסט ער אראפ אמעריקא און פרעזידענט בוש מיט וואס ער קען. ער באטראכט זיך א קאמפאטישן פאר א אמעריקע, און פרויבירט צוזאעמענעמען אלע שונאים פון אמעריקא צו זיין פאראייניקט קעגן איר, אזעלכע מדינות ווי קובא אין עקסטרעמע אראבישע לענדער זענען זייע בעסטע פריינד.