![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/b/bc/Sir_Winston_Churchill_-_19086236948.jpg/640px-Sir_Winston_Churchill_-_19086236948.jpg&w=640&q=50)
ווינסטאן טשערטשיל
From Wikipedia, the free encyclopedia
ווינסטאָן טשערטשיל (ענגליש: Winston Churchill כ"א כסליו ה'תרל"ה ; 30סטן נאוועמבער 1874 – כ"א שבט ה'תשכ"ה ; 24סטן יאנואר 1965) איז געווען א בריטישער פאליטיקער וואס האט געדינט אלס פרעמיער מיניסטער פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך במשך דעם צווייטן וועלט קריג און נאכאמאל פון 1951 ביז 1955. ער איז אויך געווען אן אפיציר אין דער בריטישער ארמיי, א שרייבער פון היסטאריע און א קינסטלער. פון 1900 ביז 1964 איז ער געווען א מיטגליד אינעם פארלאמענט פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.
![]() | |
געבורט |
30 נאוועמבער 1874 Q752111, פאראייניגטע קעניגרייך ![]() |
---|---|
טויט |
24 יאנואר 1965 (אלט 90) פאראייניגטע קעניגרייך ![]() |
מדינה |
פאראייניגטע קעניגרייך ![]() |
באשעפטיגונג |
פאליטיקער, היסטאריקער ![]() |
![]() ![]() |
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/e/e7/Churchill-in-quebec-1944-23-0201a.gif/320px-Churchill-in-quebec-1944-23-0201a.gif)
ער ווערט פארעכענט פאר איינער וואס האט פארשטאנען די סכנה און די שלעכטס פון דעם נאצי רעזשים פון היטלער, נאך אסאך פריער איידער אסאך אנדערע האבן עס געזען. ער האט פון אנהייב געזאגט אז היטלער נאצי איז א סכנה פאר אייראפע, און פאר דער גאנצער וועלט, ער האט געווארנט די אמעריקאנער זיי זאלן זיך שלאגן קעגן היטלער, אבער די אמעריקאנער האבן נישט געוואלט זיך מישן, זיי האבן דאס ענדערש געזען ווי א פראבלעם פון אייראפע. ער האט אויך געווארנט די רוסן, אז היטלער איז א סכנה, אבער די רוסן האבן אים נישט געגלייבט נישט גאנץ ביים אנהייב פונעם קריג, דעמאלטס האבן זיי גאר נאך געמאכט דעם באקאנטען ריבענטראפ מאלאטאוו אפמאך מיט די דייטשן, און אפילו שפעטער האט ער זיי געווארנט אז די דייטשן וויל אנגערייפן רוסלאנד, אבער יאזעף סטאלין האט אים נישט געגלייבט. און האט גארנישט געטוהן דערצו און דערפאר האבן די דיישטן אזוי שנעל געגענט איינעמען רוסלאנד ביז זיי זענען געווען ביי די טויערן פון מאסקאווע.
ווען ער האט געזען אז היטלער וויל אויספירן זיין פלאן אין אייראפע, האט ער זייער פארפירט אינעם בריטישן פארלאמענט קעגן זיין קעגנער נעוויל טשעמבערליין, ביז ער האט איבערצייגט די בריטישער אין דער סכנה פון היטלער, זיי האבן איהם ארויף געזעצט אלס פרעמיער מיניסטער, ער האט אנגעפירט דעם קריג קעגן די דייטשן מיט שטארקייט, ביז ער האט זיי אונטערגעברענגט.
ער איז געווען זייער א שארפער שונא פון קאמוניזם, נאכן צווייטן וועלט קריג, האט ער געווארנט די אמעריקאנער אויף דער סכנה פון סטאלין, ער האט געוואלט מען זאל גלייך זיך נעמען שלאגן און אונטערברעגנען די רוסן, אבער די אמעריקאנער האבן עס נישט פארשטאנען. אבער נישט געהאט קיין כח זיך ווייטער שלאגן. ביז דער קאמוניסטישער געדאנק האט זיך פארשטארקט און האט איינגענומען גאנץ מזרח אייראפע.
ער האט פארמאגט א חוש פון הומאר, און עס ווערט פארציילט אסאך ווערטליך און קלוגנדיגע פראזן וואס ער האט געזאגט.