הר נוף
באצירק אין ירושלים / From Wikipedia, the free encyclopedia
הר נוף איז א געגנט אין מערב ירושלים, דער נאמען איז צוליב דער 813 מעטער הייך וואס ברענגט מיט זיך א הערליכע ארויסקוק פאנאראמע, הרי יהודה און הרי ירושלים נעמען אים ארום. ס'איז א פרומע געגנט מיט חסידים פון אמעריקאנישע עולים, און גערער און וויזשניצער חסידים, און ס'איז געווען דאס וואוינארט פון הרב עובדיה יוסף. די באפעלקערונג איז 20,000.
גיכע פאקטן אינפֿארמאציע, שטאט ...
אינפֿארמאציע | |
---|---|
שטאט | ירושלים |
גרינדונג דאטע | די 1980ער יארן |
שטח | |
קאארדינאטן | 31°47′05″N 35°10′30″E |
פארמאכן
הר נוף איז נישט ווייט פונעם אראבישן דארף דיר יאסין, וואס די אצ"ל און די לח"י, האבן איינגענומען ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה.
מען קען צוקומען קיין הר נוף פונעם נחל רבידה איבערבייט אויף שאסיי 16.