![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/c/c0/Skyline_over_the_Hong_Kong_Harbour.jpg/640px-Skyline_over_the_Hong_Kong_Harbour.jpg&w=640&q=50)
האנג קאנג
From Wikipedia, the free encyclopedia
האנג קאנג (כינעזיש: 香港), אפיציעל דער האנג קאנג באזונדערער אדמיניסטראטיווער ראיאן (כינעזיש: 香港特別行政區), איז געווען א בריטישע קאלאניע וואס איז געווארן א באזונדערער אדמיניסטראטיווער ראיאן פון דער מענטשנ'ס רעפובליק פון כינע אין 1997. האנג קאנג נעמט אריין א האלבאינזל און 236 אינזלען אויף כינע'ס דרום בארטן.[1] מיט אומגעפער 7.5 מיליאן באוואוינער פון פארשיידענע נאציאנאליטעטן וואס וואוינען אין א שטח פון 1104 קוואדראט קילאמעטער, איז האנג קאנג איינער פון די מערסט געדעכטע באפעלקערטע ערטער אין דער וועלט. האנג קאנג האט אנטוויקלט צו איינעם פון דער וועלט'ס הויפט פינאנציעלע צענטערן.[2] די וואלוטע איז דער האנג קאנג דאלאר.
|
האנג קאנג איז די היים פון דער דריט־מערסטער צאל ביליאנערן אין דער וועלט.
האנג קאנג האט איינע פון דער וועלט׳ס גרעסטע צאל וואלקן־קראצערס.
האנג קאנג האט דריי הויפט טיילן:
- האנג קאנג אינזל
- קאוולון
- נייע טעריטאריעס (וואס שליסן איין 235 דרויסנדיקע אינזלען)
האנג קאנג האט זיין אייגענע קאנסטיטוציע, וואס איז אנדערש פון דער קאנסטיטוציע פון דער מענטשנס רעפובליק פון כינע.