![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/d/dc/Table_of_Geometry%252C_Cyclopaedia%252C_Volume_1.jpg/640px-Table_of_Geometry%252C_Cyclopaedia%252C_Volume_1.jpg&w=640&q=50)
געאמעטריע
From Wikipedia, the free encyclopedia
געאמעטריע (פון אוראַלט גריכיש: γεωμετρία ; געא- "ערד", -מעטראן "מעסטן") איז אן אפטיילונג פון מאטעמאטיק וואס פארנעמט זיך מיט פראגעס פון פארעם, גרייס, פארהעלטענישע פאזיציע פון פיגורן און די איינגשאפטן פון רוימען.[1]
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/d/dc/Table_of_Geometry%2C_Cyclopaedia%2C_Volume_1.jpg/640px-Table_of_Geometry%2C_Cyclopaedia%2C_Volume_1.jpg)
געאמעטריע באהאנדלט פארמען (ווי קוואדראטן, דרייעקן און קרייזן) און פונדאמענטאלע סטרוקטורן ווי פונקטן, ליניעס - גלייכע און קרומע, און פלאכער פלאץ.
אין געאמעטריע טוט מען באווייזן פראפאזיציעס ניצנדיק טעארעמען, ווי למשל די קאנגרוענץ געזעצן.
געאמעטריע איז פון די עלצטע צווייגן פון מאטעמאטיק. זי האט אנגעהויבן אנטוויקלען אין מזרח אזיע און אוראלט עגיפטן.
געאמעטריע האט אָנווענדונגען צו פֿיל פֿעלדער, איינשליסנדיק קונסט, ארכיטעקטור און פֿיזיק, ווי אויך צו אנדערע צווייגן פון מאטעמאטיק.[2]