From Wikipedia, the free encyclopedia
גלייכונג (אדער עקוואציע) אין מאטעמאטיק, איז א וועג אנצוצייכענען צוויי עלעמענטן מיט דעם זעלבן ווערט, איינער אנטקעגן דעם אנדערן. דער סימבאל וואס מען שטעלט צווישן די עלעמענטן איז דאס: =. אויב זיינען די צוויי עלעמענטן ניט זעלבסט ווערט, שטעלט מען צווישן זיי דעם סימבאל ≠. (א מאטעמאטישע פראבלעם וואס ווייזט אז איין ווערט איז גרעסער אדער קלענער פון דעם אנדערן רופט מען א "אומגלייכונג").
ביישפילן:
אין אלגעברע קען זיין וואריאבלען אין א גלייכונג, די ווערטן צייכנט מען אָן, אין אלגעמיין, מיט א .
דער וועג אויסצוגעפינען אַ וואריאבל אין א גלייכונג איז ווי פאלגנדיק: מען טיילט אָפ די וואריאבלען אין איין זייט פון דער גלייכונג, און די נומערן שטעלט מען אוועק אין דער אנדערער זייט, און די נומערן אדער ווערטן וואס מע פירט אריבער דרייט מען איבער פון פלוס צו מינוס אדער פון טאפלט צו צעטיילן; אדער פארקערט: פון מינוס צו פלוס אדער פון צעטיילן צו טאפלט. דאס זעלבע איז ווען מיר האבן א קוואדראטצאל מיט א נומער פירט מען אריבער צום צווייטן זייט דעם קוואדראטצאל אונטער א קוואדראטישער ווארצל.
ביישפילן:
פאלגנדיק איז א ביישפיל צו טרעפן א וואריאבל אין א ברוכצאל.
פאלגנדיק איז א ביישפיל פון טרעפן א וואריאבל וואס איז אין דער צווייטער מדריגה (א קוואדראט ווארצל):
ביז יעצט האבן מיר דערמאנט א גלייכונג פון דער ערשטער מדריגה וואס הייסט א לינעארע גלייכונג, אבער אויב איז די גלייכונג פון דער צווייטער מדריגה רופט מען די גלייכונג א קוואדראטישע גלייכונג.
א קוואדראטישע גלייכונג זעט אויס אזוי: ווען זיינען פאראמעטערס, און איז דער וואריאבל.
אויך איז דא גלייכונגען פון דער דריטער און פערטער מדרגה.
גלייכונגען קען מען קלאסיפיצירן לויט די אפעראציעס און קוואנטיטען אין זיי:
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.