בראזיל
From Wikipedia, the free encyclopedia
בראַזיל אדער בראַזיליע (פארטוגעזיש: Brasil), אפיציעל די פֿעדעראַטיװע רעפובליק פֿון בראַזיל (פארטוגעזיש: República Federativa do Brasil), איז דאס גרעסטע לאַנד אין דרום אַמעריקע. זײַן הױפּטשטאָט איז בראַזיליאַ. בראזיל איז דער וועלט'ס פינפט גרעסטע לאנד, סיי לויט שטח סיי לויט באפעלקערונג. עס דאס גרעסטע פארטוגעזיש-רעדנדיקע לאנד אין דער וועלט, און דאס איינציגסטע אין די אמעריקעס.
פֿעדעראַטיװע רעפובליק פֿון בראַזיל República Federativa do Brasil | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: בראזיליאנער נאציאנאלע זינגליד | |||||
קאָנטינענט | דרום אמעריקע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | פארטוגעזיש | ||||
הויפּטשטאָט | בראַזיליאַ 15°47′S 47°52′W | ||||
רעגירונג | פעדעראלע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
לולאַ | ||||
גרינדונג דאַטום |
7טן סעפטעמבער 1822 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
8,511,965 קוואַדראַט ק"מ פֿינפֿט אין דער װעלט 0.65 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
202,768,562 (אין 2014) פֿינפֿט אין דער װעלט 20.5 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $1.984 טריליאן (9ט) | ||||
וואַלוטע | רעאל | ||||
צײַט זאָנע | UTC - 2 ביז UTC - 5 | ||||
אינטערנעט דאָמען | br. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 55+ | ||||
מלוכיש מאָטאָ: סדר און פראָגרעס |
בראזיל גרענעצט דעם אטלאנטישן אקעאן צו מזרח מיט א בארטן־ליניע לאנג 7,491 ק"מ. עס גרענעצט אלע לענדער אין דרום אמעריקע אחוץ עקוואדאר און טשילע, און באדעקט 47.3 פראצענט פונעם דרום־אמעריקע קאנטינענט. דער אמאזאנאס באסיין שליסט איין א ריזעדיקן טראפישן וואלד מיט פארשידענע עקאלאגישע סיסטעמען.
בראזיל האט געהאט א סך אלט-געזעסענע איינוואוינער פעלקער איידער פעדרא אלווארעז קאבאל איז געקומען אין 1500 און געמאנט דאס לאנד פאר דער פארטוגעזישער אימפעריע. ביז 1808 איז בראזיל געווען א פארטוגעזישע קאלאניע. ווען פראנקרייך האט אינוואדירט פארטוגאל אין 1808, איז די הויפטשטאט פון דער אימפעריע געווארן גערוקט פון ליסבאן אויף ריא דע זשאנערא. אין 1822 איז בראזיל געווארן אומאפהענגיק פון פארטוגאל, און א קאנסטיטוצאנעלע מאנארכיע מיט א פארלאמענטארער סיסטעם איז געווארן איינגעפירט. אין 1889 האבן די מיליטער איבערגעקערט די אימפעריע, און דאס לאנד איז געווארן א רעפובליק מיט א פרעזידענט.
לויט דער היינטיקער קאנסטיטוציע פון בראזיל, פארמולירט אין 1988, איז דאס לאנד א פעדעראלע רעפובליק. די פעדעראציע באשטייט פון דעם פעדעראלן דיסטריקט, 26 שטאטן און 5,570 מוניציפאליטעטן.
די עקאנאמיע פונעם לאנד איז די אכט גרעסטע אין דער וועלט לויט ברוטא אינלענדישן פראדוקט גערעכנט אין דאלארן, און זיבעט לויט פראדוקט ווערדע (קויפן קראפט פאריטעט).
בראזיל איז א גרינדער מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער, גרופע 20 און דער ארגאניזאציע פון אמעריקאנישע שטאטן.
די הויפט אינדוסטריעס זענען קאווע, אויטאמאבילן, סויע, אייזן, שטאל און ציטרוס פרוכט. בראזיל איז דער וועלט'ס גרעסטער פראדוצירער פון קאווע שוין 150 יאר.
אום 28סטן אקטאבער 2018, איז זשאאיר באלסאנארא דערוויילט געווארן פרעזידענט פון בראזיל. ער הייבט אן זיין קאדענץ דעם 1טן יאנואר 2019. דורך די וואלן האט ער געמאלדן אז דאס ערשטע לאנד וואס ער גייט באזוכן אלס פרעזידענעט וועט זיין ישראל און דערנאך די פאראייניגטע שטאטן. אויך האט ער צוגעזאגט אריבערפין די בראזילישע אמבאסאדע קיין ירושלים.