א ביאמאלעקול איז א מאלעקול וואס פאסירט נאטירלעך אין לעבעדיגע ארגאניזמען.[1] ביאמאלעקולן באשטיין בעיקר פֿון קוילנשטאף און הידראגען, מיט שטיקשטאף (אַזאָט), אקסיגען, פאספאר און שוועבל. אמאל זענען אנדערע עלעמענטן איינגעגלידערט אבער זעלטן.

קלארמאכונג

אלע באוואוסטע פֿארעמען פֿון לעבן זענען צוזאמענגעשטעלט נאר פֿון ביאמאלעקולן. למשל, מענטשן האבן הויט און האר. דער הויפט באשטאנדטייל פֿון האר איז קעראטין[2], א צוזאמענשטעל פֿון פראטעינען וואס זענען אליין פאלימערן געבויט פֿון אמינאזייערסן. אמינאזייערסן זענען פֿון די וויכטיגסטע בויענטיילן באניצט אין נאטור אויסצובויען גרעסערע מאלעקולן. נאך א סארט בויענטייל זענען די נוקלעאטידן, יעדער איינער מיט דריי ביישטאנדן: אדער א פורין אדער פירימידין באזע, א פענטאז צוקער און א פֿאָספֿאַט גרופע.[3] די דאזיגע נוקלעאטידן פֿארמירן בעיקר די נוקלעאישע זייערסן.


טיפן ביאמאלעקולן

רעפערנצן

Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.