באר
פרוכט / From Wikipedia, the free encyclopedia
א באַר (אדער באַרנע) איז א פרוכט פון א בוים פונעם מין Pyrus.
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם פרוכט. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט באר (באדייטן).
גיכע פאקטן באַר, וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע ...
באַר | ||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
אייראפעאישער באר צווייג מיט פרוכט | ||||||||||||||
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע | ||||||||||||||
| ||||||||||||||
זגאל | ||||||||||||||
בערך 30 זגאלן | ||||||||||||||
פארמאכן
דער באר איז קלאציפֿירט אין Maloideae, אן אונטערפאמיליע פון Rosaceae. דער עפל (Malus domestica) וואס איז ענלעך אין בלומענסטרטקור, געהערט אויך צו דער דאזיגער אונטערפאמיליע. אין ביידע פֿעלער איז די פרוכט צונויפגעשטעלט פון דער כלי פונעם בלומענשטענגל (וואס מען רופט דאס בלומען-בעכערל רערל) שטארק פארגרעסערט, ארומצאמענדיג אין זיין פלייש די פינף כראמסקישע קארפעלן וואס שטעלן צונויף דעם "יאדער" וואס איז באטאניש דער אמתער פרוכט. אנאנדער הויפט קרוב פונעם באר (און במילא פונעם עפל) איז דער קווינץ.