From Wikipedia, the free encyclopedia
דער עפל איז א פרוכט וואס וואקסט אויף אן עפלבוים, פון די מאלוס דאמעסטיקא (Malus domestica) זגאל אין דער ראזאצעאיי (Rosaceae) פאמיליע.
עס איז איינער פון די ווילדסטע קולטיווירטע בוים פרוכט.
ער איז א קליינער געוויקסענער בוים, גרייכנדיג בלויז 5 צו 12 מ' הויך, מיט א ברייטער, אפט געדעכטער פארדרייעטער קרוין.
די בלעטער און צווייגן זענען ארגאנעזירט אריין איינער אין אנאנד נישט גראד, די בלעטער זענען רינדעכיג מיט א קליינער שפיץ 5 ביז 12 צ"מ לאנג און 3 ביז צ"מ ברייט.
עס שפראצן בליעכץ אין דעם פרילינג צוזאמען מיט די בלעטער, קאלירט ווייס און באשפריצט מיט ראזע פינטעלך און פלעקן 2.5 ביז 3.5 צ"מ אין דיאמעטער, מיט 5 קרוינבלעטלעך.
די פרוכט צייטיגט זיך אין הארבסט, און איז טיפיש גרויס א 5 ביז 9 צ"מ אין דיאמעטער.
דער צענטער פונעם פרוכט אנטהאלט פינף הארטע שיכטן פון געצעלט וואס הייסט קארפעלס און איז אויסגעפארעמט ווי שטערנענעס אנטהאלטנדיג דערין איינס ביז דריי קערענדליך.
אין דעם עפל איז געווענליך נישט פארהאן קיין אינסעקטן (שרצים) אדער ווערים, דערפאר לױט דער הלכה דארף מען זיי נישט קאנטראלירן. אויב אבער ס'איז פארהאן אנווייזונגען צו קלערן אז יא, צ.ב.ש. לעכער אדער פלעקען, מוז מען עס קאנטראלירן פאר מען עסט אים.
דער עפל איז פון די פרוכט וואס וואקסן אין א ברייטן פארנעם אין ארץ ישראל, און מען דארף מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות, שמיטה.
דער דאטום וואס פאלט אויף דעם עפל די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון חודש אייר פון דעם זיבעטן יאר ביז חודש תמוז פון דעם אכטן יאר. דער ראסע אנא געפינט זיך שוין אויף דעם מארק פון אייר, דער ראסע יונאטאן, גרענד און דעלישעס קומען אויף דעם מארק אין חודש תמוז, און דער ראסע גאלדען דעלישעס אין חודש אב
דער עפל קען זיך אמאל געפינן שוין אויף דעם מארק נאך אין זיינע ערשטע דריי יאר, דערפאר דארף מען קאנטראלירן און אויף פאסן פאר מען באנוצט זיך מיט זיי וועגן דעם פראבלעם פון ערלה.
עס איז פארהאן פיל ערטער ווי דער עפל ווערט איינגעשמירט מיט א גלאנץ, וואס איז פעטן פון א לעבעדיגע באשעפעניש וואס איז נישט כשר.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.