![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/2/2f/%25D7%2591%25D7%2590%25D7%2591%25D7%2595%25D7%2591_%25D7%2597%25D7%2592%25D7%2599.jpg/640px-%25D7%2591%25D7%2590%25D7%2591%25D7%2595%25D7%2591_%25D7%2597%25D7%2592%25D7%2599.jpg&w=640&q=50)
באבאוו (הויף)
חסידישער הויף / From Wikipedia, the free encyclopedia
באבאוו[1], וועסט גאליציע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, דורך דעם וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רבי'ס פון דער באבאווער דינאסטיע וואס ציעט זיך פון רבי שלמה האלבערשטאם, באקאנט אלס "דער ערשטער באבאווער רב", וואס איז א אפצווייג פון דער צאנזער דינאסטיע.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/2/2f/%D7%91%D7%90%D7%91%D7%95%D7%91_%D7%97%D7%92%D7%99.jpg/640px-%D7%91%D7%90%D7%91%D7%95%D7%91_%D7%97%D7%92%D7%99.jpg)
דער ערשטער באבאווער רבי שלמה האלבערשטאם, איז געווען אן אייניקל פונעם צאנזער רב. נאך זיין פטירה (א' דר"ח תמוז) האט זיין זון רבי בן ציון האלבערשטאם הי"ד איבערגענומען זיין פלאץ, ביז זיין פטירה ווען ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך די נאציס ימ"ש (ד' אב ה'תש"א), וואס שפעטער האט זיין זון רבי שלמה האלבערשטאם זי"ע איבערגענומען זיין פלאץ, באקרוינט געווארן אין לאנדאן דורך באבאווער חסידים. דערנאך האט ער איבערגעפלאנצט דאס באבאוו'ער חסידות אויף דעם אמעריקאנער באדן, הויפּטקוואַרטירט אין בארא פארק, ברוקלין, וואס שטייט ביז היינטיגן טאג. ער איז געווען רבי ביז זיין פטירה (ר"ח אב תש"ס) און זיין זון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם האט איבערגענומען זיין פלאץ וואס ער האט געפירט פאר פיר און א האלב יאר ביז זיין פטירה (י"ב אדר ב' ה'תשס"ה). אומגעפער אין דעם זעלבן צייט איז אויפגענומען געווארן דער יונגערער ברודער רבי בן ציון אריה ליבוש האלבערשטאם אלס רב הצעיר.
רבי נפתלי צבי האלברשטאם האט נישט איבערגעלאזט קיין זין, בלויז צוויי טעכטער.
נאך רבי נפתלי'ס פטירה האט זיך די הנהגה געטיילט. דער גרעסטער טייל זענען געבליבן אין בית המדרש מיט זיין ברודער רבי בן ציון אריה ליבוש האלבערשטאם וועלכע האט ביז דאן געדינט אלס רב הצעיר. אין איבער א דריטל פון די חסידים זענען אריבער געגאנגען צו זיין איידעם רבי מרדכי דוד אונגער אלס רבי פון "באבאוו 45". אזוי אויך איז נתמנה געווארן דער עלטערער איידעם רבי יהושע רובין אלס רב פון באבאוו 45.
באבאווער חסידים זענען מייסטנס פון גאליציאנער אָפּשטאַם.
ס'זענען פאראן באבאווער שטיבלעך אין וויליאמסבורג, ברוקלין, מאנסי, [לינדען], [לעיקוואוד],מיאמי, מאנטרעאל טאראנטא, אנטווערפן און לאנדאן. אין ארץ ישראל זענען דא באבאווער שטיבלעך אין ירושלים, בני ברק, אשדוד און ביתר עילית און א באבאווער קווארטל קרית באבוב אין בת ים.