From Wikipedia, the free encyclopedia
אַלאַדין (אראביש: علاء الدين) איז אַ מעשה מיט מיטל מזרחדיקע מקורות. עס איז איינע פֿון די מעשיות פֿון טויזנט און איין נעכט און איינע פֿון די מערסט באַקאַנטע. אבער, עס געפֿינט זיך נישט אין דער אריגינעלער אַראַבישער טעקסט, און איז צוגעלייגט געוואָרן אין דער 18טער יארהונדערט דורך דער פֿראַנצויזער אַנטואַן גאַלאַן, וואס האט גענומען די מעשה פֿון סירישע דערציילערס.
די אריגינעלע געשיכטע פּאַסירט אין כינע און רעדט וועגן אן ארעמער שנייַדער וואס האט אַן אומניציקער, אימפּאָטענטער זון מיטן נאמען אַלאַדין. ווען אַלאַדינ'ס פאטער שטארבט געפֿינט אים אַ מוראדיקער מכשף פֿון אַפֿריקע וואס מאַסקירט זיך ווי זיין אָנקל און פֿירט אים אריין אין אַ געפֿערלעכער הייל אַרויסצוגעבן אַן אוראַלטער לאָמפּ. דער מכשף קאָמאַנדירט אים נישט צו נעמען קיין זאכן אחוץ דער לאָמפּ. אבער, אַלאַדין ווייסט נישט אז דאס איז נישט קיין נאָרמאַלער לאָמפּ. ער האט מאַגישע אייגנקייטן און אנטהאַלט אַ דזשין וואס קען רעאליזירן יעדער וואונטש, און אַלאַדין נעמט די פֿילע אוצרות אין דער הייל אנשטאט דער לאָמפּ. ווען אַלאַדין פּרובירט אַרויסצוגיין פֿון דער הייל, באַגערט אים דער מכשף צו געבן אים דער לאָמפּ פֿריער. אַלאַדין קען נישט געבן דער לאָמפּ ווייל זיינע בייַטלען זענען אָנגעפֿילט. דער מכשף בייזערט זיך און פֿאַרמאַכט דער ערד ארום אים. אין דער הייל נעמט אַלאַדין דער לאָמפּ און קראַצט ער צו רייניקן אים, און דער דזשין באַווייַזט זיך מיט איין מאָל און זאָגט: "וואָס וויל איר באַפֿעלן פֿון מיר? איך בין צוגעגרייט, ווייל אייער שקלאַף בין איך!" די געהיימע כוחות פֿונעם דזשין מאַכן אַלאַדין אַ זייער רייכער מאַן. ער הייַראַט די פּרינצעסין, און דער דזשין שאַפֿט זיי אַ קייסערישער פּאַלאַץ.
די מעשה וועגן אַלאַדין האט ערשט דערשייַנט אין די פֿראַנצויזישע איבערזעצונג פון טויזנט און איין נכעט, און נישט צווישן די אריגינעלע אַראַבישע מעשיות. דאַרום, די דאָזיקע מעשה (צוזאמען מיט אַלי באַבאַ און די פֿערציק גנבֿים און טייל אַנדערע מעשיות) איז אפֿשר געשריבן געוואָרן דורך אַנטואַן גאַלאַן.
אין 1992 האט די וואלט דיזני פירמע באַפֿרייַט דעם אנימאציע-פֿילם "אַלאַדין", וואס איז געווען זייער געראָטן. אין 1989 איז דער ווידעאָ שפּיל "דער פּרינץ פֿון פּערסיע" באַפֿרייַט געוואָרן, מיט אַ סאַך אַלאַדין-ענלעכע עלעמענטן. אויך האט די וואלט דיזני פירמע געמאַכט אַ פֿילם אַדאַפּטאַציע פֿון "דער פּרינץ פֿון פּערסיע", וואס איז באַפֿרייַט געוואָרן דעם 28סטן מיי 2010.
דער ארטיקל וועגן ליטעראטור איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.