אטאמאנישע אימפעריע
From Wikipedia, the free encyclopedia
די אטאמאַנישע אימפעריע (1293–1922) (אטאמאנישע טערקיש: دولتْ علیّه عثمانیّه Devlet-i Âliye-yi Osmâniyye,[1] טערקיש: Osmanlı Devleti אדער Osmanlı İmparatorluğu), איז געווען א טערקישער שטאַט. אין יענער צייט איז די שטאַט געווען באוואוסט אלס די טערקישע אימפעריע. די אימפעריע איז געגרינדעט געווארן אין דעם 13טן יארהונדערט אין צפון־מערב אנאטאליע. איר נאכפאלגער איז די רעפובליק פון טערקיי, וואס איז אפיציעל אויפגעשטעלט 29 אקטאבער 1923.
ביים שפיץ פון איר מאכט זענען אירע טעריטאריעס געווען פארשפרייט איבער דריי קאנטינענטן (16טער–17טער יארהונדערט), מיט א קאנטראל איבער א גרויסן טייל פון דרום-מזרח אייראפע, דעם מיטל מזרח און צפון אפריקע. די לענדער זענען געווען פון דעם דורכגאס פון גיבראלטאר (און אום 1553 דער אטלאנטישער בארטן פון מאראקא ווייטער פון גיבראלטאר) אין מערב, ביזן קאספישן ים און דעם פערסישן איינגאס אין מזרח; און פונעם עק פון עסטרייך, אונגארן און טיילן פון אוקראינע אין צפון ביז סודאן, עריטרעע, סאמאליע און תימן אין דרום. די אטאמאנישע אימפעריע האט געהאט 29 פראווינצן, ווי אויך די פרינציפאליטעטן פון מאלדאוויע, זימבערגן, וואלאכיע און סערביע[2]. ארץ ישראל איז געווען אריינגערעכנט ווי א טייל פון דער אטאמאנישער אימפעריע.
במשך זעקס יארהונדערטער איז די אימפעריע געווען דער צענטער פון אינטעראקציעס צווישן די מזרח און מערב וועלטן. מיט דער הויפטשטאט קושטא (איסטאנבול) און ריזיקע לענדער אין דער הערשאפט פון סוליימען דער פראכטיגער מער ווייניגער ווי די לענדער אונטער דער הערשאפט פון יוסטיניאן דער גרויסער מיט 1000 יאר פריער, איז די אטאמאנישע אימפעריע געווען א מוסולמענישער נאכפאלגער פון דער ביזאנטישער אימפעריע.
דער ערשטער קייסער איז געווען אסמאן דער ערשטער.
דער ערשטער אטאמאנישער הערשער וואס האט געהאט דעם טיטל סולטאן איז געווען באאיזיט דער ערשטער. אין 1390 האט ער איינגענומען די לעצטער פעסטונג פון דער ביזאנטישער אימפעריע אין קליין־אזיע. אין 1402 האט די אטאמנישע אימפעריע געכאפט א קלאפ, ווען טימור האט זיי געזיגט אין דעם קאמף פון אנקארא, און די טימורן האבן אים גענומען אין געפענגעניש.
אזוי ווי די אימפעריע איז געווען צווישן מזרח און מערב, איז דער גאנצער האנדל געווארן געפירט דורך די שטעט פון דער אימפעריע, במשך זעקס הונדערט יאר.