אהרן רוקח
4׳דע בעלזא רב / From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי אהרן רוקח מבעלזא (אלול ה'תר"ם - כ"א אב ה'תשי"ז) איז געווען דער פערטער רבי אין דער חסידישער דינאסטיע פון "בעלזא" - א זון פון הרה"ק רבי ישכר דוב זצ"ל, זון פון הרה"ק רבי יהושעלע זצ"ל, זון פון הרה"ק רבי שלום זי"ע, אויך באקאנט אין חסידישן לעקסיקאן אלס דער "שר שלום פון בעלז".
![]() | |
געבורט |
19 דעצעמבער 1880 בעלז, אוקראינע ![]() |
---|---|
טויט |
18 אויגוסט 1957 (אלט 76) תל אביב-יפו, ישראל ![]() |
קבורה ארט |
הר המנוחות ![]() |
![]() ![]() |
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/yi/thumb/b/b1/Reb_aron_belzer_and_mekurvim.jpg/250px-Reb_aron_belzer_and_mekurvim.jpg)
"רבי אהר'לע בעלזער", ווי ער ווערט אנגערופן אין דער אלגעמיינער חסידישער וועלט, האט געזען בעלז בתפארתה פאר דער צווייטער וועלט מלחמה און בעלז בחורבנה נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, און נאך דער מלחמה האט ער מיט זיינע לעצטע מענטשליכע כוחות שווער געארבעט אויפן ווידער-אויפבלי פון דעם בעלזער חסידות .
ער איז ביי דער צווייטער וועלט מלחמה אנטלאפן פון בעלז אינמיטן יום טוב שמחת תורה, איבערלאזנדיג אונטער זיך די גלארייכע בעלז. ער האט דורכגעמאכט א לאנגען גלות וועג, אנגעהויבן פון פרעמישלאן, באכניע, קראקא, צוריק אין באכניער געטא, פון וואו ער איז ארויסגעשמוגעלט געווארן, צוזאמען מיט זיין אינגערן ברודער רבי מרדכי, דער בילגארייער רב, אויף א קונצליכן און פארשטעלטן וועג דורך עטליכע מסירת נפש'דיגע חסידים, און איז אנגעקומען מיט נסי נסים קיין בודאפעשט, אונגארן. דארט איז ער געבליבן אכט חדשים, און ווידער געדארפט אנטלויפן דורכן אסט-באן ביז טערקיי, פון וואו ער איז אנגעקומען בשלום קיין ארץ ישראל.
גייסטיש צוקלאפט און צובראכן (צום באמערקן, ער האט זיך געדארפט אפשערן די בארד עטליכע מאל דורך דעם לאנגען וועג), אן קיין זכר פון דעם אמאליגן מלכות'דיגן רבי'ן וועלכער האט מנהיג געווען טויזנטער חסידים, אבער מיט א אויסגעלייטערטער קדושה וואס איז געווען בולט אויף זיין הייליגער צורה און אים פארגעשטעלט אלס א מלאך אלקים מיט וועלכן ער איז באוואוסט געווען אין זיינע לעצטע יארן אין ארץ ישראל.
פילצאליגע וואונדער, מופתים און הייליגע הנהגות ווערט אויף אים פארציילט דורך זיינע אנהענגער.
כ"א אב, איז די יארצייט, די לעצטע תורה וואס ער האט געזאגט פאר זיין אוועק גיין פון דער וועלט, איז באקאנט, למען ירבו ימיכם, וימי בניכם, כימי השמים, איר זאלט האבן הימל'דיגע טעג, על הארץ, אויף דער וועלט, דהיינו זיך אויפפירן ערליך.