![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/7/7f/%25D7%25A8%25D7%2591_%25D7%259C%25D7%2599%25D7%259B%25D7%2598%25D7%25A0%25D7%25A9%25D7%2598%25D7%2599%25D7%2599%25D7%259F_%25D7%2591%25D7%2594%25D7%259B%25D7%25AA%25D7%25A8%25D7%2594_%25D7%25A9%25D7%259C_%25D7%25A8%25D7%2591_%25D7%259E%25D7%25A9%25D7%2594.jpg/640px-%25D7%25A8%25D7%2591_%25D7%259C%25D7%2599%25D7%259B%25D7%2598%25D7%25A0%25D7%25A9%25D7%2598%25D7%2599%25D7%2599%25D7%259F_%25D7%2591%25D7%2594%25D7%259B%25D7%25AA%25D7%25A8%25D7%2594_%25D7%25A9%25D7%259C_%25D7%25A8%25D7%2591_%25D7%259E%25D7%25A9%25D7%2594.jpg&w=640&q=50)
אהרן ליכטנשטיין
From Wikipedia, the free encyclopedia
הרב ד"ר אהרן ליכטנשטיין (כ"ח אייר ה'תרצ"ג 23סטן מיי 1933, פראנקרייך - א' אייר ה'תשע"ה 20סטן אפריל 2015, ישראל) איז געווען ראש ישיבה פון דער הר עציון ישיבה אין אלון שבות, ער איז באלוינט געווארן מיטן ישראל פריז פאר תורה ליטעראטור, און ער האט געהאט א דאקטאראט אין ענגלישער ליטעראטור. ער איז געווען פון די אויסגעצייכנטע רבנים פונעם מאדערן ארטאדאקסישן יידנטום אין ישראל און די פאראייניגטע שטאטן.
גיכע פאקטן געבורט, טויט ...
![]() | |
געבורט |
23 מאי 1933 כ"ח אייר ה'תרצ"ג פראנקרייך ![]() |
---|---|
טויט |
20 אפריל 2015 (אלט 81) א' אייר ה'תשע"ה אלון שבות, מערב ברעג ![]() |
קבורה ארט |
הר המנוחות ![]() |
מדינה |
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, ישראל ![]() |
באלאנג | רעליגיעזע ציונים |
באשעפטיגונג | גמרא, הלכה |
זיינע רביס | הרבנים יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק פון באסטאן (זיין שווער), יצחק הוטנער, אהרון סאלאווייטשיק |
תלמידים | הרבנים משה ליכטנשטיין (זיין זון), יעקב מדן, ברוך גיגי, יובל שרלו, רא"ם הכהן, חיים נבון, שמואל דוד |
זיווג |
טובה ליכטנשטיין ![]() |
פרעמיעס און פארערונג |
ישראל-פרייז ![]() |
![]() ![]() |
פארמאכן
הרב ליכטנשטיין ווערט פאררעכנט פאר א תלמיד מובהק פון הרב יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק און זיין דרך אין לערנען האט א השפעה פונעם בריסקער דרך.