![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/4/40/R%2527_Avigdor_Miller_zt%2527l.jpg/640px-R%2527_Avigdor_Miller_zt%2527l.jpg&w=640&q=50)
אביגדור מילער
From Wikipedia, the free encyclopedia
הרב אביגדור מילער זצ"ל, (ראש חודש אלול חודש הרחמים והסליחות ה'תרס"ח 1908 - כ"ז ניסן ה'תשס"א 2001) איז געווען פון די לעצטע בעלי מוסר בדורנו און א מגיד נפלא.
![]() | |
געבורט |
28 אויגוסט 1908 ר"ח אלול ה'תרס"ח באלטימאר, מערילענד, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע ![]() |
---|---|
טויט |
20 אפריל 2001 (אלט 92) כ"ז ניסן ה'תשס"א ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע ![]() |
קבורה ארט |
יידישע בית עולם פון הר הזיתים ![]() |
מדינה |
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע ![]() |
טעטיקייט ארט | ניו יארק |
באשעפטיגונג | מוסר |
זיינע רביס | הרב אייזיק שור, סלאבאדקער ראש ישיבה |
![]() ![]() |
ער איז געוועזן א רב אין טשעלסי און אין ברוינסוויל און אין פלעטבוש און איז אויך געווען פארטאן אין חינוך דורך זיין א לערער אין בית יעקב און א משגיח אין ישיבת חיים בערלין. זיין שול איז סוף ימיו געווען אויף אוישען פארקוויי, קעגן איבער דער מירער ישיבה.
ער האט געפירט א קהילה פון בעלי תשובה וואס האבן זיך אנגעקלעבט אין אים דורכאויס זיינע יארן וואס ער האט געדינט ברבנות און הרבצת התורה. ער איז באקאנט געווען מיט זיינע דרשות פון מוסר וואס די טעיפס און סי. דיס. און ספרים ווערן געהערט און געלערנט ביי טויזענטער. אפילו ער איז געווען א מוסר'ניק און ליטוואק האבן זיך ביי זיינע מוסר רייד געווייקט פיהלחסידישע אידן.
זיין שארפע פעדער און אריטארישן קראפט האט ער גענוצט צו שטארקן די אמונה און ליבשאפט צו גאט און צו דער מסורה ביי די מאסן.
די אלגעמיינע חרדישע גאס האט אויף אים זייער ארויף געקוקט, ער איז געווען באקאנט אלס טיעפער בעל השקפה, ער איז געווען עקסטרעם קעגן גואישע פירצות און אויך זיין נאכאנאנדיגע זיך קאכן אין נפלאות הבורא, ער איז אנטלאפן פון כבוד כמתכוי קשת. ער איז געווען א געוואלדיגער רעטאריקער און פארמאגט א קונסט צו מאכן אינטערסאנט זיין שפראך, ער האט געצויגן צו זיך מאסן מענטשן, עס איז וואול באקאנט אז ביי זיינע שיעורים זענען געזעסן טיפע קעפ, גרויסע דאקטוירים און אדוואקאטן, וואס האבן געפונען א טרייסט אין זיינע איבערווייזן אז עס געפינט זיך א גאט אויף דער וועלט, ער האט איבערגעוויזן אינעם אמת פון תורת משה רבינו, אז אפילו דער גרעסטער אויבער חכם איז בטל געווארן פאר זיין שכל און קלוגשאפט.