דייטשער פילאסאף און עקאנאמיסט From Wikipedia, the free encyclopedia
קאַרל היינריך מאַרקס (5טן מיי 1818 - 14טן מערץ 1883) איז געווען א דייטשער דענקער און פילאסאף, עקאנאמיקער, סאציאלאג, פאליטישער טעראטיקער, זשורנאליסט און סאציאליסטישער רעוואלוציאנער. ער איז געבוירן געווארן אין טריער, דייטשלאנד, און האט שטודירט געזעצן און פילאסאפיע אין די אוניווערסטיטעטן פון באן און בערלין.
געבורט |
5 מאי 1818 טריער, ריין-פראווינץ, פרייסישע קעניגרייך |
---|---|
טויט |
14 מערץ 1883 (אלט 64) לאנדאן, ענגלאנד, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד |
לערנארט | אוניווערסיטעט פון באן, פרידריך-שילער אוניווערסיטעט, הומבאלט אוניווערסיטעט פון בערלין, רעאל־גימנאזיאום פרידריך ווילהעלם דער דריטער |
מוסדות | |
ער איז געווען דער גרינדער פון מארקסיזם, לויט וואס יעדער איינער ביישטייערט וואס ער קען, און יעדער איינער באקומט וואס ער דארפט. זיין מערסט בארימט בוך איז געווען דער קאמוניסטישער מאַניפֿעסט,[1] וואס ער האט געשריבן צוזאמען מיט פֿרידריך ענגלס אין יאר 1848.
זיינע צוויי זיידעס זענען געווען יידן, אבער זיין פאטער האט זיך געשמדעט צו קריסטנטום.
קארל היינריך מארקס איז געבוירן געווארן אום 5טן מיי 1818 צו זיינע עלטערן היינריך מארקס (1777–1838) און הענריעט פרעסבורג (1788–1863). ער איז געבוירן אין at בריקנגאס 664 אין טריער, אן אוראלטע שטאָט וואָס איז דעמאלסט געווען א טייל פֿונעם קעניגרייך פון פרייסנ׳ס פראווינץ פון נידער־ריין.[2] די משפחה פון מארקס זענען געווען יידן אבער נישט קיין שומרי מצוות; שוין פֿאר זיין געבורט האבן זיי זיך גע׳שמד׳ט און געווארן אפיציעל קריסטן. זיין זיידע פֿון דער מאמענ׳ס זייט איז געווען א האלענדישער רב, און פֿון זיין פֿאטער׳ס זייט זענען זיי געווען דור אחר דור שטאטס רבנים פֿון טריער זייט תפ״ג (1723), ביז זיין זיידן מאיר הלוי מארקס.[3] זיין פֿאטער, וואס אלס קינד האט געהייסן הערשל, איז געווען דער ערשטער אין זיין ייחוס וואס האט באקומען א וועלטלעכע בילדונג. ער איז געווארן אן אדוואקאט מיט א שיינער הכנסה, און די פֿאמיליע האט פֿארמאגט עטלעכע וויינגערטנער אין מאזעל, אחוץ וואס ער האט שיין פֿארדינט אלס אדוואקאט.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.