From Wikipedia, the free encyclopedia
קאַנאַדער (ענגליש: Canadians, פראַנצויזיש: Canadiens) זענען די איינוואוינער פון קאנאדע. די ערשטער קאנאדער זענען געווען בריטישע און פראנצויזישע קאלאניסטן, אחוץ די היגעבוירענע.
די קאנאדער זענען א שיין ביסל באאיינפלוסט פון זייערע שכנים, די אמעריקאנער.
היינט זענען קאנאדער 0.5% פון דער באפעלקערונג פון דער וועלט. אומגעפער 40% פון קאנאדער זענען אימיגראנטן.
אין 2010, זענען קאנאדער געווען נאר 0.5% פון דער גאנצער באפעלקערונג פון דער וועלט;[1] קאנאדע האט זיך פארלאזט אויף אימיגראציע פאר באפעלקערונג געוואוקס און סאציאלע אנטוויקלונג.[2] אומגעפער 41% פון היינטיגע קאנאדער זענען ערשטער־ אדער צווייטער־דור אימיגראנטן,[3] און 20% פון קאנאדישע איינוואוינער אין די 2000ער יארן זענען נישט געבוירן געווארן אין לאנד.[4] לויט סטאטיסטיק קאנאדע ווערט געשאצט אז, ביז 2031, כמעט העלפט פון קאנאדער עלטער ווי 15 וועלן זיין אדער אויסלאנד־געבוירן אדער מיט איין אויסלאנד־געבוירענעם עלטער.[5] קאנאדער־אינדיאנער, לויטן 2016 קאנאדע־צענזוס, זענען 1,673,780 אדער 4.9% פונעם לאנד׳ס גאנצער באפעלקערונג 35,151,728.[6]
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.