From Wikipedia, the free encyclopedia
טבת איז דער צענטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן[1] (און דער פערטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי[2]). חודש טבת ווערט דערמאנט אין פסוק אלס צענטער חודש, "בחדש העשירי הוא חדש טבת" (אסתר ב. טז.).
פון ווען ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), איז טבת שטענדיג א פארקערצטער חודש (חסר): א חודש פון ניין און צוואנציג טעג.[3]
ראש חודש טבת איז אמאל צוויי טעג: דער דרייסיגסטער טאג פון כסלו, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון טבת, און אמאל נאָר איין טאג: דער ערשטער טאג פון טבת. ס'ווענדט זיך וויפיל טעג ס'איז דער פריערדיגער חודש: כסלו.
דער ערשטער טאג פון חודש טבת קען אויספאלן פינף טעג פון דער וואך: (א ב ג ד ו) זונטיק, מאנטיק, דינסטיק, מיטוואך, פרייטיק.[4]
אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט מאנטאג און דאס יאר איז א שנה שלימה (ד"ה אדער בש"ה פשוטה אדער בש"ז מעוברת), ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דינסטאג (ד"ה אדער גכ"ה פשוטה אדער גכ"ז מעוברת), געפאלט דער ערשטער טאג טבת זונטאג.
אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה חסירה (ד"ה הח"א מעוברת) געפאלט דער ערשטער טאג טבת דינסטאג.
אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה כסידרן (ד"ה הכ"ז פשוטה) געפאלט דער ערשטער טאג טבת דינסטאג.
אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה שלימה (ד"ה אדער הש"א פשוטה אדער הש"ג מעוברת), ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט שבת און דאס יאר איז א שנה חסירה (ד"ה אדער זח"א פשוטה אדער זח"ג מעוברת), געפאלט דער ערשטער טאג טבת מיטוואך.
אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט מאנטאג און דאס יאר איז א שנה חסירה (ד"ה אדער בח"ג פשוטה אדער בח"ה מעוברת) , ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט שבת און דאס יאר איז א שנה שלימה (ד"ה אדער זש"ג פשוטה אדער זש"ה מעוברת) געפאלט דער ערשטער טאג טבת פרייטאג.
דער צירוף פון חודש טבת גייט ארויס פון דעם ענדע פון די ווערטער (סופי תיבות) גדלו לה אתי ונרוממה שמו יחדו[5] (תהלים לד. ז.).
דער מזל פון טבת ווערט אנגערופן גדי.[6]
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.