Windows Server איז א סעריע פון סערווערן (באדינער) אפערירן סיסטעמען געמאכט דורך מייקראָסאָפט צו אנפירן קאמפיוטער נעצווערק. מ'האט גענוצט דעם נאמען פאר די פאלגנדע ווייכווארג ארויסלאזן:
Windows Server 2003
Windows Server 2003 (װינדאָס סערװער 2003) איז דערשינען געווארן אפריל 24, 2003. עס אין דער נאָכקומער פֿון Windows 2000 Server. עס איז דער ערשטער דינער אפערירן סיסטעם וואס איז נישט ערשינען צוזאמען מיט א קליענט ווערסיע, פון מייקראסאפט. אויכט האט מייקראסאפט געטוישט דעם נאמען צו "ווינדאס סערווער 2003" אנשטאט "ווינדאס 2003 סערווער" ארויס צו ברענגן מער דעם פאקט אז איז א סערווער אפערירן סיסטעם.
Windows Server 2008
Windows Server 2008 איז באַפֿרײַט געװאָרן פעברואַר 27, 2008 (כ"א אדר א' תשס"ח). Windows Server 2008 איז דער נאָכקומער פֿון Windows Server 2003.
Windows Server 2008 איז געבױט אױף דער זעלבער קאָד־נאָמען פֿון Windows Vista, און עס האָט פיל ענדלעכע אײגנקײַטן װי די Windows Vista. נאָך דעם איז אַרױס די Windows Server 2008 R2 װערסיע װעלכע איז געבױט אױפֿן Windows 7 קאָד־נאָמען.
Windows Server 2008 איז כּולל אַ דינער־יאָדער (Server Core). דינער־יאָדער איז אַזאַ סאָרט אינסטאַלאַציע װעלכע קומט אָן אַ Windows Explorer שאָל, אַלע אײַנשטעלונגען װערן ערלײדיקט דורך אַ באַפֿעל־ליניע רױם (command line interface).
Active Directory איז פֿאַרברײטערט געװאָרן מיט אידענטיטעט, באַשטעטיקונג און דיגיטאַלע רעכטן אַדמיניסטראַציע סערװיזן. די Active Directory ביז די Windows Server 2003 װאָס דערלױבט צענטראַליזירן און אַדמיניסטרירן לאָקאַלע גרופּעס פּאָליסן פֿאַר בשותּפֿותדיקע קאָמפּיוטערס באַניצערס האָט געטױשט איר נאָמען צו Active Directory Domain Services ו(AD DS) און עס איז צוגעקומען נײַע AD סערװיזן.
Windows Server 2008 64Bit איז כּולל אַ Hyper-V.
Windows Server 2008 R2
דער לויפיקער ארויסלאז פון Windows Server 2008
Windows Home Server
א היים סארווער אפערירן סיסטעם
Windows אפערירן סיסטעמען |
Windows 1.0 | Windows 2.0 | Windows 3.x | Windows 95 | Windows 98 | Windows NT | Windows Me | Windows 2000 | Windows XP | Windows Server 2003 | Windows Server 2008 | Windows Vista | Windows 7 | Windows 8 |
Wikiwand in your browser!
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.