תנא דבי אליהו איז א מדרש אגדה. אין גמרא (כתובות, קה, ב - קו, א) שטייט אז אליהו האט גלערנט מיט רב ענן יעדן ערב שבת, א טייל חכמים און חוקרים קלערן אז דערפון איז געמאכט געווארן דעם ספר תנא דבי אליהו. און רוב חוקרים היינט האלטן אז דער היינטיקער תנא דבי אליהו איז יעניגע חיבור. עס אנטהאלט צוויי חלקים תנא דבי אליהו רבא וזוטא, דער לענגסטער פרק פונעם ספר איז פרק י"ח.
דער מדרש האט עטליכע פירושים, די באקאנסט איז דער ספר זיקוקין דנורא וביעורין דאשא, א תלמיד פון האר"י. עס האט א פי' ישועות יעקב תוספות בן יחיאל. מאיר איש שלום האט ארויס געגעבן דעם ספר לויט א כתב יד.
גאנץ לעצטענס איז געווארן געדרוקט מיט גאר א נייע אויפלאגע דורך די באקאנטע וויינפעלד משפחה פון דפוס אשכול, ווישניצער חסידים, עס איז געדרוקט מנוקד, און צוטיילט אויף די פרשה פון די וואך, דאס הייסט מען קען יעדע וואך לערנען א חלק ביז סוף יאהר פארטיגט מען דאס גאנצע ספר.
עס איז מערקווירדיג אז דער ערשטער חלק פון תנא דבי אליהו האט איין און דרייסיג פרקים, און דער צווייטער חלק תנא דבי אליהו זוטא האט צוואציג פרקים, צזאמען איז עס איבער פופציג פרקים, דאס הייסט מען קען עס מסדר זיין יעדע וואך לערענן א פרק, און במשך און א יאהר צייט פארטיגט מען עס. מען דארף אבער געדענקקען אז עס איז דא קליינע פרקים און גאנץ גרויסע פרקים אזוי ווי פרק י"ח וואס איז ריזיג גרויס.
זיי מיסטאָמע ווילן צו האַלטן די ווערטער פון אליהו הנביא אין זיין בוך תנא דבי אליהו (פרק ט); ודבורה אשה נביאה אשת לפידות היא שופטה את ישראל בעת ההיא (שופטים ד-ד).
וכי מה טיבה של דבורה שהיא שופטת את ישראל בעת ההיא ומתנבאה עליהם? והלא פנחס בן אלעזר היה בימים ההם.
"מעיד אני עלי את השמים ואת הארץ, בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד ובין שפחה, הכל לפי מעשה שהוא עושה - כך רוח הקודש שורה עליו וכו'. הקב"ה בוחן לבות וכליות, אמר הקב"ה לדבורה: אתם כוונתם לשם שמים ועשיתם פתילות עבות כדי שיהא אורן מרובה, גם אני ארבה אתכם בישראל וביהודה ובשנים עשר שבטי ישראל. כך אמרו, על דבורה אשת ברק ועל כיוצא בה הוא אומר: חכמת נשים בנתה ביתה וגו' (משלי יד-א).
Wikiwand in your browser!
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.