Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
שם (א'תנ"ח - ב'נ"ח) איז דער עלטסטער זון פון נח'ס דריי זין שם, חם, יפת (חומש בראשית ה'). לױט אַ טראַדיציע אין דער גמרא סנהדרין ס"ט אין שם געװען דער אינגסטער נאָר ווייל ער איז געווען דער חשובסטער האָט אים דער חומש געשטעלט צוערשט, אין דער גמרא אין מדרש װערט שם פאָרגעשטעלט אַלס אַ זייער פרומער מאַן, װאָס איז געזעסן און געלערנט און געהאַט אַן אייגענעם "בית המדרש", וואו מען האָט געלערנט תורה ("בית המדרש של שם ועבר", מכות כ"ג און אַנדערע ערטער).
אין חומש בראשית י' ווערן אויסגערעכנט די קינדער פון שם חם און יפת און די נעמען פון די פעלקער װאָס האָבן אָפּגעשטאַמט פון זיי. פון שם שטאַמען אָפּ די יידן און אויך די פעלקער, װאָס װערן באַצייכנט אַלס "סעמיטן" (פון װאָרט "שם", "סעם"), אַלזאָ, די פאַרשידענע אַראַבישע שבטים און אַנדערע. די װיסנשאַפט באַצײיכנט אַלס סעמיטן די פעלקער, װאָס האָבן גערעדט די סעמיטישע שפּראכן, וועלכע זענען זייער ענדלעך צו זיך (אַלט-פעניציש, העברעאיש, אַראַמעאיש, אַראַביש און די פאַרוואַנדטע שפּראַכן), און דעריבער ווערן פאַרעכנט אַלס סעמיטן אויך די אֵלטע כנעניים, הגם דער חומש אין בראשית רעכנט כנען זון פון חם. פון װאָרט "סעמיטן" שטאַמט אויך דאָס װאָרט "אַנטיסעמיטיזם", װאָס איז אָבער אַ באַצײכענונג כמעט נאָר פון שנאה צו יידן.
אין דער וויסנשאַפט פון סעמיטאָלאָגיע אונטערשיידט מען צויי צווייגן פון סעמיטישע שפּראַכן: נאָרד־סעמיטיש (העברעאיש, בבליש, אשוריש, פעניציש, אַראַמיש) און זיד־סעמיטיש (אַראַביש און אַלט-אַבעסיניש), די פראגע, צי געהערן אַלע היינטיקע יידן צו דער סעמיטישער ראסע איז ביז איצט ניט אויפגעקלערט געװאָרן.
שם האט געלעבט 600 יאָר. ילקוט שמעוני (בראשית ו'): "שם" האט געבויעט די תיבה.
מבול, דור הפלגה, עקדת יצחק, אור כשדים, ברית בין הבתרים
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.