ראפשיץ

From Wikipedia, the free encyclopedia

ראפשיץmap

ראפשיץ (פּויליש: Ropczyce; דײַטש: Ropschitze) איז א שטעטל אינעם טאל פונעם וויעלאפאלקע טייך אין דער אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט אין דרום־מזרח פוילן, 27 קילאמעטער מערב פון ריישע און 45 קילאמעטער מזרח פון טארנע. ראפשיץ איז די הויפטשטאט פונעם ראפשיץ-שענדישאווער פאוויאט.

נאך אינפארמאציע ראפשיץ Ropczyce ...
ראפשיץ
Ropczyce
Thumb
Thumbראפשיצער בירגערמייסטערס ביורא
מדינה / טעריטאָריע פּוילן
גרינדונג דאַטע 13טער יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 50°5′10″N 21°38′0″E
ראַיאָן אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט
דיסטריקט ראפשיץ-שענדישאוו פאוויאט
בירגערמייסטער באלעסלאוו בואיאַק
שטח 47 קוואדראט ק"מ
הייך 240 מעטער

  אין שטעטל
  באַפעלקערונג ענגקײט

15,098  (שטייענדיג 2009)
550 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2
http://www.ropczyce.umig.gov.pl
פארמאכן

נאכן שפאלטן פון פוילן ביזן ערשטן וועלט קריג איז דאס געווען אין מערב גאליציע.

אין 1880 איז די יידישע באפעלקערונג פון ראפשיץ געווען 1,156 און אין 1910 איז זי געווען 1,069.[1]

היסטאריע

ראפשיץ איז געווארן א שטאט דעם 3טן מערץ 1362, ווען דער פוילישער מלך, קאזימיר דער גרויסער האט עס געגעבן שטאט רעכטן.

אין 1564 האבן פיר יידישע משפחות (בערך 30 פארזשוין) געוואוינט אין ראפשיץ. אין סוף פונעם 18טן יארהונדערט איז ראפשיץ געווארן א צענטער פון חסידות ווען רבי נפתלי צבי הורוויץ האט זיך באזעצט אין דער שטאט און אויפגענומען דאס רבנות. בסוף ימיו האט ער זיך געצויגן קיין לאנצהוט, און זיין איידעם רבי אשר ישעיה רובין האט איבערגענומען די רביסטעווע אין ראפשיץ.

ראפשיץ האט געהאט א חשובע יידישע קהילה ביז דער צווייטער וועלט מלחמה.

רבנים פון ראפשיץ

טראנספארט

ראפשיץ איז פלאצירט אויף דעם הויפט E40 מזרח־מערב שאסיי.

דער נענטסטער פליפארט איז ריישע-יאסיאנקע פליפארט, 35 ק"מ מערב פון ראפשיץ.

פוילישער באן ראפשיץ האט א באן סטאנציע אויף דער הויפט מזרח־מערב רוטע, ליניע 91.

צווילינג שטעט

ראפשיץ האט די פאלגנדע צווילינג שטעט און שטעטלעך:

רעפערענצן

Wikiwand - on

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.