פון די גרעסטע חסידישע הויפן From Wikipedia, the free encyclopedia
מונקאטש איז א חסידישער הויף געגרינדעט אין דער שטאט מונקאטש (פריער אין אונגארן און היינט אין אוקראינע) אין די אנהייב ת"ר יארן דורך הרב שלמה שפירא, אן אייניקל פון הרב צבי אלימלך שפירא פון דינאוו (דער "בני יששכר"). היינט איז דאס חסידות הויפטקווארטירט אין בארא פארק, ברוקלין, געפירט דורכן אדמו"ר משה יהודה לייב ראבינאוויטש.
נאך דער גרויזאמער מלחמה, איז מונקאטשער חסידות איבערגעפלאנצט געווארן אויף די אמעריקאנער באדן דורך רבי משה לייב ראבינאוויטש, אן אייניקל פונעם מנחת אלעזר, וואס האט אויפגעשטעלט מוסדות התורה. דער צענטער פון מונקאַטשער חסידות געפינט זיך היינט צוטאגס אין בארא פארק, ברוקלין, אבער עס געפינען זיך צענטערן פון מונקאטשער חסידים אין וויליאמסבורג, מאנסי, לאס אנדזשעלעס, שיקאגא, מאנטריאל, לאנדאן, מעלבארן, ירושלים און בני ברק.
זיין ברודער רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש, דער דינאווער רבי, האט אויפגעשטעלט זיין הויף אין וויליאמסבורג אין ברוקלין, ווי דארט פארמאגט ער די דינאווער צענטראלער שול, א צענטער פונקט אין וויליאמסבורג, אזוי אויך האט ער אויפגעשטעלט א גרויסע ישיבה קטנה, און ישיבה גדולה, און ער פארמאגט שוין אויך א יוצאים שטיבל אין וויליאמסבורג, אזוי אויך א שול אין בארא פארק, און אין קרית יואל, און מעריצים איבעראל.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.