ליעזש
שטאט אין בעלגיע From Wikipedia, the free encyclopedia
שטאט אין בעלגיע From Wikipedia, the free encyclopedia
ליעזש (פראנצויזיש: Liège ; פלעמיש: Luik - לאָויק; וואלאניש: Lidje; דײַטש: Lüttich; לאטייניש: Leodium; מוסטער:שפראך-li; לוקסעמבורגיש: Léck) איז א וויקכטיקע שטאָט און מונאציפיליטעט אין בעלגיע און די עקאנאמישע הויפטשטאט פון וואלאניע, דער חלק וואו מען רעדט פראנצויזיש און וואלאניש אין בעלגיע. ליעזש האט 197,013 איינוואוינער (יאנואר 2013).
|
די שטאט ליגט אין דעם טאל פונעם מעז טייך, נאנט צום האלענדישן און דייטשן גרענעצן, וואו דער מעז טרעפט די אורטע.
די שטאט ווערט דערמאנט שוין אין יאר 558. כאטש ער איז געווען א טייל פון דער הייליגער רוימישער אימפעריע, פראקטיש איז ליעזש געווען גאנץ אומאפהענגיק.
אין 1789 האט אויסגעבראכן א רעוואלוציע אין ליעזש און די שטאט איז געווארן א רעפובליק ביז 1791, ווען די האפסבורג מאנארכיע האט אינוואדירט. פון 1794 ביז 1815 איז ליעזש געווען א טייל פון פראנקרייך. אין 1815 האט דער קאנגרעס פון ווין געגעבן די שטאט צום פאראייניגטן קעניגרייך פון די נידערלאנדן, אבער נאך דער בעלגישער רעוואלוציע אין 1830 איז ליעזש געווארן א טייל פונעם נייעם לאנד בעלגיע. נאך דעם איז ליעזש גיך געווארן א הויפט אינדוסטריעלע שטאט און איז געווען איינער פון די ערשטע שטאל־פראדוקציע צענטערן פון אייראפע.
אין 1940 האבן די דייטשן איינגענומען ליעזש. מיט דער הילף פון דער באפעלקערונג האט מען געראטעוועט א סך יידן און מ'האט באהאלטן די קינדער און די פליטים אין די פילצאליק מאנאסטירן.
ליעזש פליפארט געפינט זיך א פאר קילאמעטער מערב פון דער שטאט.
דער פארט פון ליעזש, פלאצירט אויפן מעז טייך, איז דער דריטער גרעסטער טייך פארט אין אייראפע. ליעזש איז פארבינדן דורך קאנאלן מיט אנטווערפן און ראטערדאם.
דער צווישנשטעט עקספרעס פארבינדט ליעזש מיט קעלן און פראנקפורט; טהאליס פארבינדט ליעזש מיט פאריז-צפון.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.