Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
גערשט, א געוואוקס פון דער גראז פאמיליע, איז א וויכטיקער מין פון תבואה. גערשטן ווערן ברייט געניצט ווי געפיטער פאר בהמות, צו מאכן אלקאהאלישע געטראנקען ווי ביר, וויסקי און דזשין, צו קאכן אין פארשידענע עסנווארג, און אין טייל ערטער מאכט מען דערפון ברויט. נאך פון אוראלטע צייטן מאכט מען מאלץ פון גערשטן.
גערשט | ||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
גערשטן פעלד | ||||||||||||||||||||
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע | ||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||
בינאמינאלישער נאמען | ||||||||||||||||||||
Hordeum vulgare L. | ||||||||||||||||||||
אין יאר 2007 איז גערשט געווען די פערטע מערסטע פארשפרייטע תבואה אין דער וועלט, סיי אין כמות פראדוצירט (136 מיליאן טאן) סיי אין שטח איינגעזייט (566,000 ק"מ2).
גערשט איז איינער פון די שבעת המינים דערמאנט אין דער תורה (פרשת עקב). ס'איז א גאנץ פארשפרייטער מנהג צו געבן גערשטן אריין אין דעם טשאלנט וואס מען עסט שבת בייטאג.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.