Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
גבריאל ״גַבי״ אַשכּנזי (געבוירן דעם 25סטן פעברואר 1954, כ"ב אדר א' ה'תשי"ד) איז דער אויסערן מיניסטער און א כנסת דעפוטאט פון דער חוסן לישראל פארטיי אין דער כחול לבן פֿראקציע. ער איז געווען דער ניינצנטער שעף פון גענעראל שטאב אין צה"ל, די ישראלדיקע ארמיי. ער איז געבוירן אין יאר 1954.
געבורט |
25 פעברואר 1954 (אלט 70) ישראל | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
מדינה | ישראל | ||||||
באשעפטיגונג | מיליטער-מענטש, אפיציער, פאליטיקער | ||||||
פארטיי | חוסן לישראל | ||||||
פראקציע | בלוי ווייס | ||||||
ווייב | רונית קרני | ||||||
| |||||||
| |||||||
זונטאג י"ד שבט תשס"ט, נאך דער געגאסענע בליי אפעראציע, האט ער געדאווענט ביים כותל צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר די נסים אין דער אפעראציע, און צו בעטן פאן באפרייען פונעם געפאנגענעם זעלנער גלעד שליט וואס כאמאס האבן אים געכאפט דעם 25טן יוני 2006.[1]
אהוד ברק, וועלכע דינט אלס זיכערהייטס מיניסטער, האט נאך א סקאנדאל וואס האט אויפגערודערט ישראל, געמאלדן אז יואב גאלאנט, וועט איבערנעמען אשכנזי, ווען אשכנזיס טערמין וועט אפלויפן, אין פעברואר 2011.
יואב גאלאנט דער ערוויילטער שעף, איז נאך א סקאנדאל אויפגעזאגט געווארן, און אנהייב האט יאיר נווה אלטע קאמאנדיר פון צענטראל פראנט, געזאלט ווערן צייטווייליקע שעף, דערנאך איז בני גאנץ, אויסגעוועלט געווארן צו זיין נאכפאלגער פון אשכנזי.
ער איז חתונה געהאט מיט רונית (געבוירן קארני), וועמענס פאמיליע איז א וועטעראן פון כפר סבא, א ריעל עסטעיט פרוי, זיי האבן צוויי קינדער, זיי וואוינען אין כפר סבא.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.