TfL באן
פארשטאטישע באן רוטע אין לאנדאן / From Wikipedia, the free encyclopedia
TfL באן איז די צייטווייליגע קאנצעסיע פון צוויי באזונדערע אייזנבאן ליניעס אין און ארום לאנדאן וואס וועלן ווערן א טייל פון דער קרייצבאן באדינונג וואס וועט אנהייבן עפענען ביסלעכווייז פון דעצעמבער 2018 ביז דעצעמבער 2019. אין דעצעמבער 2018 וועט מען אויפהערן צו ניצן דעם TfL באן נאמען און די נייע באדינונגען וועט מען רופן די עליזאבעט ליניע.[1][2][3]
מען האט אריינגעפירט TfL באן אין מיי 2015 ווען זי האט איבערגענומען פון Abellio Greater Anglia אפערירן די "מעטרא" באדינונג צווישן ליווערפול סטריט אין צענטראל-לאנדאן און שענפילד אין עסעקס. יענער צווייג באשטייט פון די ערשטע 14 סטאנציעס אויף דער גרויס־איסטערן הויפט־ליניע.
אום 20סטן מיי 2018 האט TfL באן אויך איבערגענומען אפערירן די היטרוי קאנעקט באדינונג צווישן פאדינגטאן אין צענטראל־לאנדאן און היטרוי פליפעלד צו מערב (מיט דער סוף־סטאנציע היטרוי טערמינאל 4 סטאנציע). די רוטע האט ניין סטאנציעס.
צווישן מיי 2016 און מיי 2017, האט TfL באן געפירט מער ווי 47 מיליאן פאסאזשירן אויפן שענפילד צווייג.[4]