װיקיפּעדיע:ביאגראפיעס פון לעבעדיגע פערזענליכקייטן
From Wikipedia, the free encyclopedia
ווי יעדע ענציקלאפידיע אנטהאלט די יידישע וויקיפעדיע אויך ביאגראפיעס פון פובליקע מענטשן וואס זייערע נעמען טוישט היסטאריע. איז אויף היסטאריע איז גרינגער צו זעהן ווער איז אין דעם כלל, אבער אויף אקטואלע ווער איז א טייל אין דעם? אויב איינער איז אין די העד לייןס פון די הויפט נייעס ווערט ער אויטאטמאטיש א ציל פאר אן ארטיקל?
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס. |
אויף דעם איז דא 3 תירצים און פאקטארן וואס שפילן א ראלע צו מאכן לעגעטים דעם ארטיקל. 1) נייטראלקייט. 2) פעסטשטלען 3) נישט קיין ארגינעל אויספארשן און אויב שרייבט איר לויט די דריי אויבערשטע גיידלייןס איז אייער ארטיקל גענוג פעלזן פעסט פאר די סיסאפס זאלן דאס נישט מעקן.
האלט איר דאך אז דער מענשט איז פריוואט דאן ביטע לייגט אריין דעם מוסטער {{פריוואטער מענטש}}. עס וועט אויסקוקן אזוי:
די טעמע, אין איר איצטיגער פארעם וויאזוי עס איז באשריבן, איז נישט גענוג מערקווערדיג אדער נישט גענוג א פובליקער פיגור. ביטע טוט דאס פארעכטן אדער פארברייטערן, אדער דאס דורכרעדן אין דעם שמועס זייט.
אויב ביז א וואך ארום איז נאך נישט פארהאן קיין קאנסענסוס איבער דעם קען דאס ווערן אויסגעמעקט לויט די אויסמעקן פאליסי.
סיבה: {{{1}}}
. און אזוי ארום וועט מען זיך געהעריג אויסשמועסן צו זעהן אויב איר זענט גערעכט.
געדענקט; די אויבענדערמאנטע ווערטער זענען נאר פאר אנדערן'ס פריוואטקייט, וואס עווידענטלי אז אן אנדערע האט דאס יא באשריבן איז דאך א סימן אז ער האלט אז יענער איז פובליק. אויב אבער איר באמערקט אז מען דעקט אויף פריוואטקייט פון א שרייבער דא אין אידישען וויקיפעדיע דארף דאס תיכף אויסגעמעקט ווערן און ערשט דערנאך איבערגעשמועסט ווערן, ווייל ארויסגעבן פריוואטקייט פון א באנוצער איז וואנדאליזם וואס ברויך געבלאקט ווערן סיי ווי סיי. זעהט מער איבער דעם וויקיפעדיע:פריוואטקייט פאליסי.