װיקיפּעדיע:אויסמעקן פאליסי
From Wikipedia, the free encyclopedia
וויבאלד אונזער וויקיפעדיע איז אפן און פריי פאר יעדן אייניג צו שרייבן כל מיני טעמעס וואס אינטערסירט זיי וועט זיך אייביג מאכן ארטיקלען און בילדער געשטעלט צו מעקן, צי ווייל זיי זענען נישט אויסגעהאלטן לויט פאליסיס, צי סתם אזוי עס אינטערסירט נישט פארן רוב, ד.ה. עס איז פשוט נישט מערקווערדיג, קודם ברויכט איר וויסן אז פונקט ווי יעדער מעג שרייבן מעג יעדער מעקן. און אויב איז דאס קעגן דעם אמת מוז מען מעקן. אבער עס איז דא טייל מאל וואס מען דארף מעקן אפילו ארויס פון היסטאריע ד.ה. אז בלויז סיסאפן קענען זיי אויסמעקן אז סתם א באנוצער זאל איר נישט קענען צוריקדרייען. אלגעמיינע באנוצער קענען נאר ענדערן דעם ארטיקל, אבער עס וועט אייביג ווייזן אין איר געשיכטע.
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס. |
עס זענען דא דריי סארטן מעקערייען אין דעם פראצעדור פון א סיסאפ מעקן:
- שנעל אויסמעקן פאר ליגנט, פריוואטקייט, אומנאטראלקייט, לשון הרע אן מקורות, קאפי רייט פארלעצונגן, און סיי וואסערע אנדערע ענין וואס מאכט דעם בלאט נישט אנציקלאפעדיש. דאן לייגט דעם מוסטער, ווי דאס: {{אויסמעקן|סיבה}} און דאס וועט אטאמאטיק אריינגיין אין א ליסטע וואס די סיסאפן טשעקן כסדר און אויס עס וועט זיי געפעלן אייער טענה וועלן זיי דאס תיכף אויסמעקן. פאר ווען איר לייגט דער מוסטער "אויסמעקן" כאפט פריער א בליק אין די געשיכטע פון דער ארטיקל צו די פריעריגע ווערסיעס זיינען אויך שלעכט געשריבן.
- אויסצומעקן דורך דער קהילה: דאס איז בעיקר ווען עס שאפט זיך א התנגדות אויף די פריערדיגע פארלאנג פון סתם מעקן. געווענליך איז דאס ביי קאנטראוועריסאלע טעמעס. אדער סתם פאר געוויסע באנוצער איז נישט מערקווערדיג די טעמע זאל באשריבן ווערן און געוויסע יא. דאן לייגט דעם מוסטער {{ארטיקל וואלן}} און נאך דעם וואס די קהילה וועט זיך אויסטענהן און שטימען זייער מייננונג וועט דער סיסאפ טאן די רצון פון די רוב. די וואלן מוזן אנהאלטן פון 3 טאג ביז א וואך ווענדענדיג זיך אינעם סיסאפ'ס שיקול הדעת ווי שלעכט דאס איז געשריבן.
אויב האלט איר אז מען דארף אויסמעקן א רעדן-בלאט, לייגט דעם מוסטער ביים רעדן-בלאט און נישט ביים ארטיקל.
פארשטייט זיך די סיסאפ וואס מעקט האט אן אחריות צוריקצושעטלן די פאר אדער אפילו איין ווארט וואס איז יא געווען צו דער זאך. אפילו רוב תוכן האט געברויכט געמעקט צו ווערן.