אבד"ק מונקאטש From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי שלמה שפירא זצ"ל (ה'תקצ"ב - כ"א סיון ה'תרנ"ג) רב אין מונקאטש.
געבורט | 1832 | |
---|---|---|
טויט | 1893 (אלט 61 בערך) | |
פאך | רב | |
רבי שלמה איז געבוירן אין ריבאטיטש ביים זיבעטן לעכטל פון חנוכה ה'תקצ"ב, צו זיין פאטער הרב אלעזר שפירא, רב אין לאנצהוט, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת טויבע חוה א טאכטער פון הרב יהושע העשל האלעס פון דוקלא. ( דער זיידע דער בני יששכר האט געשיקט א שליח מיט דעם נאמען מטעם הכמוס ).
אויף דעם וועג צוריק פון זיין פארלויבונג אז רבי שלמה צוזאמען מיט זיין פאטער אנגעטרויטן ביי הרב מאיר פון פרעמישלאן, ער האט אים געגעבן דעם ספר תומר דבורה, אלס צייכן זאלסט זאגן דיבורים.
נאך זיין חתונה איז רבי שלמה געווען אין סאסוב מען האט אים דארט אויפגענומען אלס דיין, אין יאר ה'תרי"ז איז רבי שלמה געווארן רב אין סטריזשעוו, אין ה'תרמ"ב האט רבי שלמה אנגענומען דאס רבנות אין מונקאטש.
אין עלטער פון אכט יאר איז געקומען א שליח פון הרב יקותיאל שמעלקא ערבליך א זון פון רבי משה לייב סאסאווער צו פארהערן רבי שלמה, נאכהער אין יאר ה'תר"א איז רבי שלמה געווארן פארלויבט אין נאדווארנא, מיט הרב יקותיאל שמעלקא'ס טאכטער מרת חיה פרימא רבקה, זיי האבן געהייראט אין יאר ה'תרי"א. זייערע קינדער:
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.