סטריזשעוו׳ע רב From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי משה יהודה לייב שפירא זצ"ל (ה'תרי"ג - ב' חשוון ה'תרע"ז), רב אין סטריזשעוו
רבי משה לייב איז געבוירן אין יאר ה'תרי"ג צו זיין פאטער הרב שלמה שפירא רב אין מונקאטש, דער שם שלמה, א זון פון הרב אלעזר שפירא רב אין לאנצהוט, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא רב אין דינאוו, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת חיה פרימא רבקה א טאכטער פון הרב יקותיאל שמעלקא ערבליך א זון פון הרב משה יהודה לייב ערבליך, רב אין סאסוב באקאנט אלס רבי משה לייב סאסאווער .
רבי משה לייב האט געגעסען קעסט ביים זיידען דער דברי חיים פיר יאר, פון זיין חתונה ה'תרל"ב ביז די פטירה פון צאנזער רב ה'תרל"ו. און פון אים האט ער מקבל געווען רוב פון זיינע הנהגות ומנהגים.
רבי משה לייב איז געווען רב אין בייאטש, סאסוב, און סטריזשעוו
ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי משה לייב אנטלאפען קיין וויען און ער איז דארט נפטר געווארן ב' חשוון ה'תרע"ז, און מען האט אים געברענגט קיין מונקאטש צו קברי אבות.
זייו ווייב מרת חנה איז נפטר געווארן כ"ט טבת ה'תרצ"ב אין עלטער פון ניין און זיבעציג יאר.
אין "די אידישע צייטונג" ו' לפרשת בשלח תרצ"ב איז ערשינען דאס פאלגנדע ארטיקל:
זונטאג י"ד אייר ה'כת"ר (אומגעפער) ווען דער צאנזער רב איז געווען אין לאנצהוט אויף די יארצייט - י"א אייר - פון זיין רבי'ן דער ראפשיצער רב, וועלכער ליגט אין לאנצהוט, איז רבי משה לייב געווארן פארלויבט (אין עלטער פון אכט יאר) מיט מרת חנה די טאכטער פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים, זיי האבן געהייראט אין יאר ה'תרל"ב. זייערע קינדער:
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.